ייִדן קאָנען ציילן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים

There is More Than One Jewish Way to Count

אַ טייל פֿון דער קופּערנער מגילה, וואָס מע האָט אַנטדעקט אין די קומראַנער היילן בײַם ים־המלח, וווּ די באַהאַלטענע אוצרות ווערן איבערגעציילט לויט אַן אייגנאַרטיקער צאָל־סיסטעם.
Wiki Commons
אַ טייל פֿון דער קופּערנער מגילה, וואָס מע האָט אַנטדעקט אין די קומראַנער היילן בײַם ים־המלח, וווּ די באַהאַלטענע אוצרות ווערן איבערגעציילט לויט אַן אייגנאַרטיקער צאָל־סיסטעם.

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 01, 2015, issue of May 29, 2015.

(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/1253/, //yiddish2.forward.com/node/231/)

במשך פֿון 50 טעג ציילן מיר איצט יעדן אָוונט די ספֿירת־העומר. אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע מיצוות פֿון דער תּורה, וואָס האָבן צו טאָן מיט געוויסע אַקציעס, רייד, מחשבֿות אָדער עיקר־אמונה, האָט דאָס ספֿירה־ציילן צו טאָן מיט דער פּשוטער פֿעיִקייט איבערצוציילן אַלע טעג במשך פֿון 7 וואָכן.

אַוודאי, שטעקן אין דער דאָזיקער מיצווה טיפֿע כּוונות. בפּשטות, דערמאָנט אונדז דער דאָזיקער ריטואַל אינעם געוויסן סכום גערשטן, וואָס ייִדן פֿלעגט ברענגען יעדן טאָג, פֿון פּסח ביז שבֿועות, אינעם הייליקן בית־מיקדש. על־פּי־קבלה, איז יעדער פֿון די ספֿירה־טעג פֿאַרבונדן מיט אַ געוויסער קאָמבינאַציע פֿון געטלעכע און מענטשלעכע מידות. דאָס עצם־ציילן דינט ווי אַ סימן פֿון אַ באַזונדערע מעדיטאַציע וועגן דעם אייבערשטן, דער וועלט און די אינערלעכע נשמה־כּוחות. אין די ייִדישע ביכער־קראָמען ווערן פֿאַרקויפֿט ספּעציעלע בראָשורן, וווּ עס ווערט דערקלערט אויף אַ צוטריטלעכן פּשוטן אופֿן דער באַדײַט פֿון געטלעכע ספֿירות בכלל און יעדן טאָג פֿון דער ספֿירת־העולם בפֿרט, כּדי מע זאָל קאָנען פֿאַרוואַנדלען די דאָזיקע מיצווה אין אַ מעדיטאַטיוון פּראָצעס פֿונעם פּערזענלעכן תּיקון און תּשובֿה.

געאָמעטרישע פֿאָרמולן פֿונעם אוראַלטן בבֿל
געאָמעטרישע פֿאָרמולן פֿונעם אוראַלטן בבֿל

אַזוי צי אַזוי, באַשטייט די מיצווה פֿון ספֿירת־העומר אינעם פּשוטן אַקט פֿון אָנרופֿן אַ געוויסע צאָל פֿון איינס ביז 49. כּדי זי מקיים צו זײַן, מוז מען קענען די פּשוטע אַריטמעטיק. דער מחבר פֿון די שורות האָט אַמאָל דערציילט וועגן דעם גאָר אינטערעסאַנטן פֿאָלק פּיראַהאַ, וואָס באַזעצט די ברעגן פֿונעם טײַך מייסי אין בראַזיל. דאָס דאָזיקע פֿאָלק איז אינגאַנצן נישט באַקאַנט מיט דער חכמת־החשבון און זאָגט זיך אָפּ פּרינציפּיעל צו לאָזן זייערע קינדער אויסצולערנען די דאָזיקע חכמה פֿון די מערבֿדיקע מענטשן. אין דער פּיראַהאַ־שפּראַך איז בכלל נישטאָ קיין עקוויוואַלענט אַפֿילו פֿון אַזעלכע קליינע צאָלווערטער, ווי דרײַ און פֿיר. זײַענדיק פּשוטע פֿישער, יעגער און פּירות־זאַמלער, לעבן זיי פֿרידלעך אין אַן אידעאַליסטישער ברידערלעכער געזעלשאַפֿט.

עס באַקומט זיך, אַז מע קאָן מתּקן זײַן די פּערזענלעכע מידות און צווישן־מענטשלעכע באַציִונגען אָן קיין חשבונות און חכמות. בײַ ייִדן איז אָבער אַזאַ צוגאַנג דווקא נישט אָנגענומען. אַדרבה, ווען אַ פֿאָרשטייער פֿונעם פּיראַהאַ־פֿאָלק וואָלט געוואָלט זיך מגייר זײַן, וואָלט ער געדאַרפֿט זיך אָפּזאָגן פֿון זײַן קעגנערשאַפֿט צו מאַטעמאַטיק. נישט זײַענדיק פֿעיִק צו ציילן אַפֿילו ביז דרײַ, קאָן מען בשום־אופֿן נישט מקיים זײַן די מיצווה פֿון ספֿירת־העומר.

ווײַט נישט אַלע ייִדן, אַפֿילו תּלמידי־חכמים, ווייסן אָבער, ווי אַזוי צו פֿאַרשרײַבן מיט די ייִדישע אותיות אַ גרויסע צאָל פֿון איבער אַ מיליאָן, און ווי אַזוי ייִדן פֿלעגן באַצייכענען אַזעלכע צאָלן אין די אַמאָליקע צײַטן. אַז מיר האַלטן איצט אינמיטן די ספֿירה־טעג, איז כּדאַי צו באַטראַכטן די דאָזיקע טעמע.

אין די באַרימטע מגילות פֿונעם ים־המלח ווערט באַנוצט אַ צאָל־סיסטעם, פֿון שטאַמט פֿונעם אוראַלטן כּנען און, מעגלעך, מצרים. אין דער קופּערנער מגילה, וואָס געוויסע ייִדן האָבן איבערגעלאָזט מיט בערך 2,000 יאָר צוריק אין אַ קומראַנער הייל, ווערן איבערגעציילט פֿאַרשיידענע באַהאַלטענע אוצרות פֿון גאָלד און זילבער. ס׳זעט אויס, אַז די קומראַנער קהילה האָט אין אַ געוויסער מאָס געפֿאָלגט די מינהגים פֿון די איסיים — אַ נעץ פֿון אייגנאַרטיקע ייִדישע גרופּעס, וועלכע האָבן אָרגאַניזירט זייער לעבן אויף אַ קאָמונאַלן שטייגער. אין פֿאַרגלײַך מיטן דערמאָנטן בראַזילער שבֿט, זענען זיי אָבער געווען גאַנץ גוטע מאַטעמאַטיקער. אַ טייל היסטאָריקער זענען זיך משער, אַז די קומראַנער אוראַלטע „סאָציאַליסטן‟ האָבן געזאַמלט די טײַערע אוצרות צוליב זייער רעוואָלוציאָנערן קאַמף קעגן דער רוימישער אימפּעריע.

דער אוראַלטער מצרים איז געווען אַ גרויסער צענטער פֿון וועלט־חכמות, אַרײַנגערעכנט מאַטעמאַטיק. מיט די אַלט־מיצרישע ציפֿערן, וואָס אַ טייל ייִדן האָבן זיי אויך באַנוצט, קאָן מען פֿאַרשרײַבן גרויסע חשבונות ביז עטלעכע מיליאָנען, ווי אויך ברעכצאָלן. די מיצריים האָבן אויך צוגעטראַכט אַ ספּעציעלן נול־סימבאָל. פֿאַר מיליאַרדן און גרעסערע צאָלן האָט זייער סיסטעם אָבער נישט געטויגט, אין פֿאַרגלײַך מיט דער מער אַנטוויקלטער בבֿלישער, מיט וועלכער אַ טייל ייִדן זענען אויך געווען באַקאַנט, ווי עס ווײַזן די אוראַלטע שטיינערנע געשעפֿט־קוויטלעך, וואָס מע האָט געפֿונען אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן איראַק. הגם די אַלט־בֿבלישע פֿלעקלשריפֿט קאָן פֿאַר אונדז אויסזען צו קאָמפּליצירט, האָט זי דערמעגלעכט צו פֿאַרשרײַבן וועלכע־ניט־איז אומבאַגרענעצט גרויסע צאָלן, אַזוי ווי די הײַנטיקע אינדיש־אַראַבישע שיטה פֿון צען ציפֿערן. אין די אוראַלטע ייִדישע דאָקומענטן טרעפֿט זיך אויך כּסדר די פּשוטע כּנענישע נומער־סיסטעם, וואָס טויגט בלויז פֿאַר קליינע חשבונות.

אַ טייל פֿונעם אַלט־מיצרישן מאַטעמאַטישן „אַכמעס־פּאַפּירוס‟
Wiki Commons
אַ טייל פֿונעם אַלט־מיצרישן מאַטעמאַטישן „אַכמעס־פּאַפּירוס‟

אינעם 12טן יאָרהונדערט, האָט דער גרויסער חכם רבי אַבֿרהם אבן־עזרא, באַקאַנט נישט בלויז ווי אַ קלאַסישער תּורה־מפֿרש, נאָר אויך אַ טאַלאַנטירטער מאַטעמאַטיקער, פֿאָרגעלייגט אַ פּשוטן ייִדישן וואַריאַנט פֿון דער אַראַבישער דעצימאַלער סיסטעם, זיך באַנוצנדיק מיט די ערשטע 9 אותיות פֿונעם אַלף־בית מיטן נול, וועלכער ווערט אָנגערופֿן „גלגל‟ — אַ ראָד — אין די אַלטע ייִדישע ספֿרים. דאָס וואָרט „ציפֿער‟ שטאַמט, אַגבֿ, פֿונעם אַראַבישן וואָרט „ציפֿר‟ — נול. אַ דאַנק דעם דאָזיקן צייכן, וואָס פֿאַרן הײַנטיקן שול־קינד זעט אויס ווי אַ פּשוטע המצאה, איז אין אייראָפּע פֿאָרגעקומען אַ גאַנצע מאַטעמאַטישע רעוואָלוציע, הגם אין בבֿל און אינדיע איז ער שוין געווען באַקאַנט פֿון קדמונים אָן.

אויב מע באַגרענעצט זיך בלויז מיט די נאַטירלעכע צאָלן, קאָן מען זיך באַגיין בלויז מיט די אותיות פֿונעם ייִדישן אַלף־בית, אָן ספּעציעלע צוגאָב־סימבאָלן, הגם צוליב קלאָרקייט ווערן די צאָלן אָפֿט באַגלייט אין דער ייִדישער טראַדיציע מיט אַ פּשוטן אָדער טאָפּלטן אַפּאָסטראָף — גרש אָדער גרשיים. אינעם הײַיאָריקן ייִדישן לוח שטייט געשריבן, אַז די קומענדיקע וואָך וועט מען פּראַווען „ל״ג בעומר ה׳ תּשע״ה‟ — דעם 33סטן טאָג פֿון ספֿירת־העומר אינעם יאָר 5775. אינעם עצם־נאָמען פֿונעם קומענדיקן יום־טובֿ שטעקט דאָס כּמו־וואָרט „ל״ג‟, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ צאָל, פֿאַרצייכנט מיט די אותיות פֿונעם ייִדישן אַלף־בית.

אָנהייבנדיק פֿון 500, קאָן מען זיך באַנוצן מיט צוויי אַלטערנאַטיווע סיסטעמען: אָדער איבערצוחזרן די לעצטע פֿיר אותיות פֿונעם אַלף־בית, אָדער צו באַטראַכטן די לאַנגע „ענדע־אותיות‟ ווי הונדערטער פֿון 500 ביז 900. ביידע מעטאָדן ווערן ברייט באַנוצט אין די קלאַסישע ספֿרים, הגם וואָס שייך די דאַטעס איז הײַנט אָנגענומען געוואָרן די טראַדיציע צו פֿאַרשרײַבן 775 ווי „תּשע״ה‟, אָבער נישט „עה״ן‟.

וואָס זאָל מען טאָן אָבער, ווען מע וויל פֿאַרשרײַבן מיט די ייִדישע אותיות אַזאַ צאָל, ווי 1,000,001 אָדער 1,000,000,1? אַן „אַלף‟ קאָן רעפּרעזענטירן אויך אַ טויזנט; „א׳ א׳ איז דער טײַטש 1,001. ווי אַזוי קאָנען מיר באַצייכענען אַ מיליאָן צי אַ מיליאַרד? אינעם 16טן יאָרהונדערט, האָט דער איטאַליענישער רבֿ און דאָקטער אַבֿרהם פּאָרטאַלעאָנע באַטראַכט די דאָזיקע קשיא און פֿאָרגעלייגט אַ פּשוטן מעטאָד: צוצוגעבן צו דער צאָל אַן „אַלף‟ מיט אַ נייטיקער צאָל אַפּאָסטראָפֿן. פּאָרטאַלעאָנע איז געווען אַן ענציקלאָפּעדישער ערודיט און אַ פּאָליגלאָט, אַ קענער פֿון 10 פֿאַרשיידענע שפּראַכן.

מע וואָלט געקאָנט פֿאַרשרײַבן אַ מיליאַרד אויף לשון־קודש בפֿירוש ווי „א׳ אַלף אַלפֿי אַלפֿים‟. אַנשטאָט אַזאַ אומבאַקוועמער פֿאָרעם קאָן מען דאָס זעלבע פֿאַרקירצן ווי „א׳ א׳׳׳‟. לויט פּאָרטאַלעאָנעס סיסטעם, וואָס ער דערקלערט אין זײַן ספֿר „שלטי גיבורים‟, קאָן מען די צאָל 1,000,000,1 גרינג און פּשוט פֿאַרשרײַבן מיט „א׳ א׳׳׳ א׳‟, וואָס איז דער טײַטש „איין מיליאַרד איינס‟. זײַן ספֿר שטעלט מיט זיך פֿאָר זייער אַן עקלעקטיש ענציקלאָפּעדיש ווערק אויף כּלערליי טעמעס, פֿון מוזיק און מיליטערישע סטראַטעגיעס — מעגלעך, אַ השפּעה פֿון ניקאָלאָ מאַקיאַוועלי — ביז מעדיצינישע עצות און קבלה. „שלטי גיבורים‟, אַ גלענצנדיקער ייִדישער מוסטער פֿונעם איטאַליענישן רענעסאַנס, איז אויך באַקאַנט ווי דאָס ערשטע געדרוקטע ווערק אויף לשון־קודש, וווּ עס ווערט באַנוצט די אייראָפּעיִשע פּונקטואַציע.

אַן אַנדער מעטאָד, וואָס דערמעגלעכט צו פֿאַרשרײַבֿן מיט די ייִדישע אותיות וועלכע־ניט־איז ריזיקע צאָלן, ווערט באַנוצט אין דער נומעראַציע פֿון זײַטלעך און בריוו אין די אויסגאַבעס פֿונעם צענטראַלן ליובאַוויטשער פֿאַרלאַג „קה״ת‟. דער דאָזיקער פֿאַרלאַג איז באַקאַנט מיט אַ סיסטעמאַטישן כּמו-אַקאַדעמישן צוגאַנג.

אין דער סטאַנדאַרטער 30־בענדיקער אויסגאַבע פֿון „אגרות־קודש‟, אויסגעקליבענע קאָרעספּאָנדענץ־זאַמלונג פֿונעם לעצטן ליובאַוויטשער רבין, מנחם־מענדל שניאורסאָן, זענען אַרײַן איבער אַ טוץ טויזנט בריוו, נומערירט אויפֿן טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטייגער. נאָכן בריוו נומער „תתר‟ (1,000) קומט „א׳א‟; נאָכן „ט׳תתר‟ (10,000) קומט „י׳א‟. די חכמה באַשטייט אין דעם, וואָס די טויזנטער ווערן בפֿירוש באַצייכנט און נישט איבערגעהיפּט מיט דרײַ נולן. לויט דער לאָגיק פֿון דער דאָזיקער נומעראַציע, באַקומט זיך, אַז 1,000,001 דאַרף מען פֿאַרשרײַבן ווי „תתר׳א‟ און „תתקצט׳תתר׳א‟ מיינט 1,000,000,001.

במשך פֿון זייער לאַנגער געשיכטע, האָבן די ייִדן זיך באַנוצט מיט אַ סך פֿאַרשיידענע צאָל־סיסטעמען, אייגענע און פֿרעמדע — פֿון פּרימיטיווע ביז גאַנץ אַנטוויקלטע. אַפּנים, אויב מע נעמט אין באַטראַכט פֿאַרשיידענע קליינע וואַריאַציעס, וואָלט מען געקאָנט באַצייכענען יעדן טאָג פֿון ספֿירת־העומר מיט אַן אַנדער חידושדיקער נומעראַציע־שיטה.