קוקנדיק די נײַעס לעצטנס וועגן די אומרוען אין באַלטימאָר, וואָלט מען געקענט מיינען, אַז אַמעריקע פּראָגרעסירט ניט אין גאַנצן. ווי קען עס געמאָלט זײַן, אַז אין יאָר 2015 שלאָגט מען זיך אויף די גאַסן מיט דער פּאָליציי, מע צינדט אונטער אויטאָס און בנינים, מע גנבֿעט און מע ראַבעוועט ווי אין די אַלטע גוטע צײַטן? און פֿאַרקערט, ווי איז דאָס מעגלעך, אַז די פּאָליציי באַעוולט ווײַטער די שוואַרצע באַפֿעלקערונג — איבער פֿופֿציק יאָר נאָך דעם, ווי דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס האָט פֿאַר זיי פֿאַרזיכערט (לפּנים) די גלײַכע פּאָליטישע און ציווילע רעכט?
כּדי דער לייענער זאָל האָבן אַ ביסל מער האָפֿענונג פֿאַר דער מענטשהייט, איז כּדאַי צו קוקן אויף די הײַנטיקע געשעענישן פֿון אַ ברייטערער היסטאָרישער פּערספּעקטיוו. וואָס זײַנען אונדזערע הײַנטיקע אומרוען אין פֿאַרגלײַך מיט די אַמאָליקע? ס׳רובֿ לייענער געדענקען נאָך די אומרוען אין לאָס־אַנדזשעלעס אין 1992, אָדער בײַ אונדז אין ניו־יאָרק, אין קראַון־הײַטס, אין 1991. דאָס זײַנען דאָך געווען אומרוען ווי אין פּסוק שטייט.
אין לאָס־אַנדזשעלעס זײַנען אין משך פֿון זעקס טעג (אין דעם זיבעטן האָט ער גערוט) פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן איבער צוויי טויזנט מענטשן, דערהרגעט געוואָרן — 51, און איבער זיבן הונדערט געשעפֿטן זײַנען אַרומגעכאַפּט געוואָרן מיט פֿלאַמען. דעם שאָדן האָט מען גערעכנט ווי איבער אַ ביליאָן דאָלאַר. די מהומה אין קראַון־הײַטס איז געווען אַ סך קלענער, אָבער דערפֿאַר איז עס פֿאָרגעקומען אין אַ ייִדישער געגנט. 152 פּאָליציאַנטן זײַנען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, און 38 ציווילע. די רעפּובליקאַנער האָבן דערנאָך אויסגעניצט די מהומה, זי גערופֿן אַ „פּאָגראָם‟, און צום טייל, אַ דאַנק דעם, איז רודאָלף דזשוליאַני געקומען צו דער מאַכט.
אַפֿילו יענע אומרוען זײַנען געווען בלויז אַ שוואַכער אָפּקלאַנג פֿון די אמתע גרויסע מהומות אין די 1960ער יאָרן. אין 1968, נאָכן מאָרד פֿון מאַרטין לוטער קינג און פֿון ראָבערט קענעדי, זײַנען פֿאָרגעקומען אומרוען אין איבער אַ הונדערט אַמעריקאַנער שטעט. אָנטייל גענומען אין די געוואַלד־מעשׂים האָבן ניט בלויז די „מאַסן‟, נאָר אויך די פּאָליציי, למשל, אין די טרויעריק־באַרימטע אָנפֿאַלן אויף די טויזנטער דעמאָנסטראַנטן בײַם נאַציאָנאַלן צוזאַמענפֿאָר פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי אין שיקאַגע. פֿון איין זײַט, האָבן אַ סך דעמאָנסטראַנטן בכּיוון ניט געפֿאָלגט די פּאָליציייִשע פֿאַראָרדענונגען און געוואָלט פּראָוואָצירן, און פֿון דער צווייטער, האָט דער מעיאָר פֿון שיקאַגע, ריטשאַרד דעילי, רעגירט מיט זײַן שטאָט מיט אַ שטאַרקער האַנט און געלאָזט זײַן פּאָליציי ענטפֿערן מיט כּוח. אין אַ גרויסער מאָס, האָבן די דעמאָקראַטן פֿאַרלוירן די וואַלן, אַ דאַנק דעם כאַאָס אַרום דעם צוזאַמענפֿאָר.
אַז מיר גייען צוריק ווײַטער אין דער געשיכטע, זעען מיר, אַז די אומרוען ווערן נאָך ערגער. דער גרעסטער ציווילער אויפֿשטאַנד אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע איז געשען אין ניו־יאָרק אין דער צײַט פֿונעם בירגערקריג. אין 1863 האָט דער „צפֿון‟ אײַנגעפֿירט דעם מיליטערישן פּריזיוו, כּדי צו פֿאַרשטאַרקן די אַרמיי מיט נײַע רעקרוטן, גענומען פֿון דער ציווילער באַפֿעלקערונג. דערבײַ איז געווען איין פּונקט, אַז אַ בירגער, וואָס ווערט אויסגעקליבן, האָט געקענט באַצאָלן 300$, כּדי אַ צווייטער זאָל פֿאַרנעמען זײַן אָרט — אַזוי האָבן די רײַכעאויסגעמיטן דעם דינסט.
פֿון דעם זײַנען געווען געוואַלדיק אומצופֿרידן גרויסע טיילן פֿון דער ווײַסער אָרעמשאַפֿט, דער עיקר, די אירלענדער, און זיי האָבן זיך צעבונטעוועט. ביז די אַרמיי איז אָנגעקומען, האָט דער המון אונטערגעצונדן אַ סך מלוכישע בנינים, צוויי קלויסטערס, אַפֿילו אַ בית־יתומים. די בונטאַרן האָבן אַטאַקירט דעם בנין פֿונעם „ניו־יאָרק־טײַמס‟, אָבער די צײַטונג־מיטאַרבעטער האָבן זיי אָפּגעשראָקן מיט אַ „גאַטלינג‟־ביקס — אַזאַ מין פּרימיטיווער קוילן־וואַרפֿער. אַלץ מער האָט מען פֿאַרגעסן אינעם אמתן ציל, און די בונטאַרן האָבן גענומען אַטאַקירן אַלע שוואַרצע מענטשן, וואָס זיי האָבן נאָר געפֿונען, און אויף דעם אופֿן „געלינטשט‟ עלף שוואַרצע מענער. בסך־הכּל, זײַנען 119 מענטשן אומגעקומען אין די אומרוען און צום ווייניקסטן צוויי טויזנט פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן.
אַזוי קענען מיר זיך טרייסטן, אַז אונדזערע הײַנטיקע אומרוען צעשטערן ניט גרויסע טיילן פֿון דער שטאָט און הרגענען ניט הונדערטער מענטשן. די פּאָליציי באַפֿאַלט ניט די דעמאָנסטראַנטן און שיסט ניט אין זיי מיט אַ „גאַטלינג‟־ביקס. אונדז הײַנט איז גוט — אַמעריקע פּראָגרעסירט!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.