דעם 8טן מײַ 1945 איז אין קאַרלסהאָרסט לעבן בערלין אונטערגעשריבן געוואָרן דער קאַפּיטולאַציע־אַקט פֿון דײַטשלאַנד; צו דער מלחמה קעגן דעם דײַטשישן פֿאַשיזם איז געקומען אַ סוף. עס זײַנען אָבער געבליבן די חורבֿות פֿון דעם קאָנטינענט, וואָס האָט געהייסן אייראָפּע. די שחיטה, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט 61 לענדער מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 1,7 מיליאַרד מענטשן, האָט פֿאַרשניטן פֿון 50 ביז 60 מיליאָן נפֿשות; שוין אָפּגערעדט וועגן די פֿאַרוווּנדעטע, קאַליקעס, היימלאָזע מענטשן, וואָס זײַנען געבליבן אָן אַ דאַך און אָן מיטלען צום לעבן.
פֿאַרשטענדלעך, אַז צו באַזיניקן די טראַגעדיע פֿון אַזאַ ריזיקן פֿאַרנעם, האָט גענומען לאַנגע יאָרן. אויב אין דער מערבֿ־וועלט איז דאָס דערשלאָגן זיך צום אמת און יושר אָנגעקומען נישט לײַכט, אָבער פֿאָרט איז עס געשען, איז עס אין דער מיזרח־וועלט געווען פּשוט אוממעגלעך, ווײַל דעם גאַנצן כּוח־היושר האָט געהאַלטן אין זײַן אײַזערנער פֿויסט איין מענטש — סטאַלין.
ביז הײַנט איז נישט קלאָר, פֿאַר וואָס האָבן זיך גלײַך אין די ערשטע מלחמה־ חדשים פֿאַרשפּרייט די מיאוסע קלאַנגען, אַז די ייִדן זײַנען פּחדנים; זיי „ווילן נישט קעמפֿן‟ און „אַנטלויפֿן קיין טאַשקענט‟. די קלישע וועגן „אַ ייִד אַ פּחדן‟ האָט זיך טיף אײַנגעקריצט אינעם מוח פֿון סאָוועטישן מענטש, ווי אויך אינעם היסטאָרישן זכּרון פֿון רוסישן פֿאָלק. מיט דער צײַט איז באַוווּסט געוואָרן, אַז די דאָזיקע לעגענדע האָט צוגעטראַכט נישט אַבי ווער, נאָר סטאַלין גופֿא.
פֿרעגט זיך טאַקע: צוליב וואָס האָט ער עס געדאַרפֿט? עטלעכע סיבות: פֿון די ערשטע מלחמה־טעג אָן, ווען מ‘האָט נאָך נישט פֿאַרשטאַנען וואָס און ווער, האָבן זיך די סאָוועטישע סאָלדאַטן מאַסנווײַז איבערגעגעבן אין פּלען. ווי עס שרײַבט דער דײַטשישער היסטאָריקער יאָהאַכים האָפֿמאַן, זײַנען סוף 1941 פֿאַרכאַפּט געוואָרן אין געפֿאַנגענשאַפֿט 3 מיליאָן אַכט הונדערט טויזנט סאָוועטישע סאָלדאַטן, קאָמאַנדירן און פּאָליטישע פֿונקציאָנערן. צום יאָר 1945 האָט די צאָל געפֿאַנגענע דערגרייכט צו 5,24 מיליאָן מענטשן.
די סאָוועטישע בירגער האָבן זיך אָבער נישט פּשוט איבערגעגעבן אין פּלען אַרײַן; זיי זײַנען גרייט געווען מיט געווער אין די הענט צו קעמפֿן אויף דער זײַט פֿון היטלער. נאָר די אַזוי גערופֿענע „רוסישע באַפֿרײַונגס־אַרמיי‟ אין שפּיץ מיט גענעראַל וולאַסאָוו, האָט געציילט 1,5 מיליאָן מיליטער־לײַט. בכלל האָבן אויף דער זײַט פֿון „ווערמאַכט‟ געקעמפֿט פֿון 400 ביז 600 טויזנט אָפּשטאַמיקע פֿון סאָוועטישע בירגער. אונטער דער קאָמאַנדשאַפֿט פֿון דער דײַטשישער אַרמיי האָט געקעמפֿט די ערשטע קאַזאַקן־דיוויזיע, דער קאַלמיקישער קאַוואַלעריע־קאָרפּוס, דער 120סטער פּאָלק פֿון די דאָן־קאַזאַקן. פֿון די קאַווקאַזישע פֿעלקער זײַנען פֿאָרמירט געוואָרן גאַנצע מיזרח־לעגיאָנען; עסטלאַנד האָט צוגעשטעלט היטלערן די „עס־עס‟־דיוויזיע, און פֿון לעטלאַנד האָבן זיך פֿאַרשריבן אין דער דײַטשישער אַרמיי 140 טויזנט מענטשן, צווישן זיי 40 טויזנט מענטשן האָבן געדינט אין די „עס־עס‟־טיילן.
דער ביטערער אמת איז געווען, אַז אַ געוויסער טייל בירגער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט נישט געוואָלט קעמפֿן און שטאַרבן נישט פֿאַר זייער סאָוועטיש היימלאַנד און נישט פֿאַר סטאַלין. דער מאָראַלישער און קעמפֿערישער גײַסט פֿון דער רויטער אַרמיי האָט געהאַלטן אין איין פֿאַלן. סטאַלין האָט עס געלייזט אויף זײַן אייגענעם אופֿן — אין דער אַרמיי האָבן אָנגעהויבן צעשיסן נישט בלויז פֿאַרן פּרוּוו זיך איבערצוגעבן דעם שׂונא און די „מפּלה־שטימונגען‟, נאָר אויך פֿאַרן אָפּזאָגן זיך צו גיין אויף אַ זיכערן טויט. צוליב דעם פֿלעג מען דורכפֿירן עפֿנטלעכע עקזעקוציעס, אַרײַנגערעכנט איבער די הויכראַנגיקע קאָמאַנדירן; עס זײַנען געשאַפֿן געוואָרן ספּעציעלע פֿאַרצוים־באַטאַליאָנען, וועלכע זײַנען נאָכגעגאַנגען די אַטאַקירנדיקע סאָלדאַטן און געשאָסן אין יעדן איינעם, וואָס פֿלעגן זיך אָפּזאָגן צו גיין אין שלאַכט.
וויפֿל סאָוועטישע סאָלדאַטן זײַנע אומגעקומען אויף אַזאַ אופֿן, ווערט פֿאַרשוויגן ביזן הײַנטיקן טאָג. פֿון דעסטוועגן, איז דאָס דעזערטירן פֿון דעם מיליטער אָנגעגאַנגען ווײַטער. די ידיעות וועגן דעם האָבן זיך גיך פֿאַרשפּרייט איבערן לאַנד און דערגאַנגען ביז ווײַטע ווינקלען; זיי פֿלעגן אויפֿוועקן אַ פּאַניק־שטימונג צווישן דער באַפֿעלקערונג. סטאַלין האָט געזוכט אַ כּפּרה־הינדל צו פֿאַרענטפֿערן זײַנע מפּלות אויף די פֿראָנטן. און ער האָט עס געפֿונען — אַ ייִד אַ פּחדן!
און דאָך, וואָלט אַפֿילו דער אַנטיסעמיטישער „ייִדישער תּירוץ‟, צוזאַמען מיט די פֿאַרצוים־באַטאַליאָנען און טייטלעכע שטראָף־מיטלען נישט געהאָלפֿן סטאַלינען, ווען היטלער אַליין וואָלט אים נישט צוגעשפּילט. די מלחמה־היסטאָריקער באַטאָנען הײַנט: אויב די מלחמה אויפֿן מיזרח־פֿראָנט וואָלט היטלער געפֿירט אונטערן צייכן פֿון באַפֿרײַען די סאָוועטישע פֿעלקער פֿון דער קאָמוניסטישער דיקטאַטור און סטאַלין־טיראַנײַ, וואָלט אַלץ געקאָנט זיך אויסדרייען גאָר אַנדערש. אָבער היטלער האָט זיך עקשנותדיקע געהאַלטן בײַ זײַנע פֿאַנאַטישע פּרינציפּן; אויף גענעראַל וולאַסאָוו האָט ער געקוקט ווי אויף אַ מינערווערטיקן סלאַוו; צו שאַפֿן אים אַ רוסישע רעגירונג אין גלות, האָט ער נישט דערלויבט, און די „רוסישע באַפֿרײַנגס־אַרמיי‟ האָט ער צו ערנסטע שלאַכטן נישט צוגעלאָזט.
צום יאָר 1943 איז שוין קלאָר געוואָרן, אַז היטלער פֿירט זײַן מלחמה נישט קעגן דעם סאָוועטישן רעזשים און נישט קעגן סטאַלין; זײַן ציל איז צו פֿאַרשקלאַפֿן און פֿאַרניכטן אַלע פֿעלקער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, בתוכם דאָס רוסישע פֿאָלק. אָט דער פֿאַקט האָט קאַרדינאַל געענדערט דעם מאָראַלישן קלימאַט אין דער אַרמיי: איצט האָבן די סאָלדאַטן זיך געשלאָגן, אָפּגעבנדיק זיך דעם חשבון, אַז אויב סאָוועטן־פֿאַרבאַנד וועט די מלחמה פֿאַרשפּילן, וועלן די נאַציס זיי נישט שאַנעווען.
נאָך דעם בײַט אינעם באַוווּסטזײַן, וואָלט מען שוין געקאָנט, דאַכט זיך, אָפּגעשטעלט ווערן די שמוציקע, אַנטיסעמיטישע קלאַנגען וועגן דעם ייִדישן פּחדנות. אַ נעכטיקער טאָג! פֿאַרקערט: גראָד אין 1943 האָט זיך באַוויזן די געהיימע פֿאַראָרדענונג צו באַזײַטיקן די ייִדישע הויכראַנגיקע קאָמאַנדירן פֿון זייערע פּאָזיציעס, אָפּשטעלן דאָס צוטיילן אָפֿיציר־ראַנגן צו ייִדן, און צו באַגרענעצן די צאָל באַלוינונגען פֿאַר ייִדן. פֿאַרוואָס זשע האָט סטאַלין טאַקע נישט אָפּגעשטעלט די אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע, נאָר פֿאַרקערט, זי נאָך מער פֿאַרשטאַרקט, הגם, ס‘איז נאָך נישט קלאָר געווען, ווער וועט פֿאָרט געווינען אין דער מלחמה?
קודם־כּל, האָט סטאַלין געוואָלט זיך באַוואָרענען אין דעם פֿאַל, אויב ס‘וועט אים פֿאָרט אויסקומען צו ענטפֿערן, הלמאי זײַנען בײַם אָנהייב פֿון דער מלחמה אומגעקומען אַזוי פֿיל מענטשן און מיליאָנען האָבן זיך איבערגעגעבן צו די דײַטשן. ער האָט דאָך גוט געוווּסט, אַז די סיבה דערפֿון שטעקט בפֿירוש אין זײַן אויסערלעכער און אינערלעכער פּאָליטיק פֿון רעפּרעסיעס און פֿאַרניכטן די בעסטע מיליטערישע קאַדרען. אין דעם פֿאַל וואָלט אים די „ייִדישע קאָרט‟ זייער צוניץ געקומען.
צוריק גערעדט, איז שוין באַוווּסט, אַז סטאַלין איז געווען אַ פּאַטאָלאָגישער פּחדן. אין די יאָרן פֿון בירגערקריג פֿלעגן אומגיין לעגענדעס וועגן זײַן פּחדנות און נישט־טויגערישקייט אין מיליטערישע ענינים. סטאַלין איז אפֿשר געווען דער איינציקער הויפּט־קאָמאַנדיר אין דער וועלט־געשיכטע, וועלכער האָט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה נישט באַזוכט קיין איין פֿראָנט נישט. אַגבֿ, איז זײַן פּאָליטישע קאַריערע ענג פֿאַרבונדן מיטן קאַמף קעגן טראָצקי. די געשטאַלט פֿון טראָצקי, ווי דער גרינדער פֿון דער רויטער אַרמיי, דער בירגערקריג־העלד און ליבלינג פֿון דער פּאַרטיי און מיליטער־לײַט, איז נאָכגעגאַנגען סטאַלינען סײַ בײַם לעבן און סײַ נאָך טראָצקיס מאָרד. דאָס שאַפֿן די געשטאַלט פֿון „אַ ייִד אַ פּחדן‟ איז געווען סטאַלינס פּערזענלעכער נקמה־אַקט. אויף אַזאַ אופֿן האָט ער זיך אָפּגערעכנט מיט טראָצקין. אַ טיפּישע פּאָזיציע פֿון אַ פֿאַרברענטן אַנטיסעמיט, אַז אַלע זײַנען זיי אַזעלכע!
בשעתן צעבלאָזן די אַלפֿאַרבאַנדישע אַנטיסעמיטישע שׂרפֿה, האָט סטאַלינס קליקע זיך ריין געמאַכט דעם וועג צו דער מאַכט אינעם נאָך־מלחמהדיקן פּעריאָד.
אויף דעם הינטערגרונט פֿון אַזאַ שוואַרץ־מאהקן אַנטיסעמיטיזם איז באמת אַ גרויסער חידוש, ווי די ייִדישע סאָלדאַטן און אָפֿיצירן האָבן העלדיש זיך געשלאָגן אויף אַלע פֿראָנטן. לויט דער סטאַטיסטיק פֿונעם רוסלענדישן צענטראַל־אַרכיוו פֿון די וואָפֿן־קראַפֿטן האָבן צווישן די יאָרן 1941־1945, ווען סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט געפֿירט די מלחמה, זיך באַטייליקט 501 טויזנט ייִדישע קעמפֿער (20% פֿון דער אַלגעמיינער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד); צווישן זיי 167 טויזנט אָפֿיצירן און 334 טויזנט סאָלדאַטן, מאַטראָסן און סערזשאַנטן. לויט די ידיעות פֿונעם גענעראַל־שטאַב בײַ דער סאָוועטישער אַרמיי, זײַנען אין די שלאַכטן אומגעקומען 198 טויזנט ייִדישער מיליטער־לײַט (39,6% פֿונעם אַלגעמיינעם באַשטאַנד). בעת דער מלחמה זײַנען באַלוינט געוואָרן מיט אָרדנס און מעדאַלן 160,772 ייִדן; 131 ייִדן איז צוגעטיילט געוואָרן די העכסטע מיליטערישע באַלוינונג — העלד פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. און דאָס אַלץ, נישט געקוקט אויף אַלע אָפֿיציעלע באַגרענעצונגען.
הײַנט דאַרפֿן מיר שטאָלצירן מיט דער העלדישקייט פֿון אונדזערע פֿאָטערס, זיידעס און עלטער־זיידעס — ייִדישע סאָלדאַטן און אָפֿיצירן אין דער סאָוועטישער אַרמיי, וועלכע האָבן צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדן פֿון אַנדערע אַרמייען, און אַנדערע פֿעלקער — זיך געשלאָגן קעגן דעם נאַצישן דײַטשלאַנד און אירע אַליִיִרטע; זיי האָבן אויסגעלאָשן דאָס פֿײַער אין די גאַז־אויוונס פֿון אוישוויץ און געשלאָסן דעם טויער אין טרעבלינקע.
כּבֿוד זייער אָנדענק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.