אין אָקטאָבער 1986 האָט אַ ייִדישע דעלעגאַציע באַזוכט דעם שטח פֿונעם געוועזענעם נאַצי־לאַגער אוישוויץ־בירקענאַו. די זשורנאַליסטקע אַן ווײַס האָט זיך אָפּגעטיילט פֿון דער דעלעגאַציע און זיך געלאָזט אַליין גיין איבערן שטח פֿון דער געוועזענער „פֿאַבריק פֿון טויט‟. ווען זי האָט דערזען 30,000 שיך פֿון די אומגעקומענע קאַצעטניקעס, האָט זי פּלוצעם דערפֿילט דאָס בײַזײַן פֿון די טויטע. שפּעטער, בעת איר איינזאַמען שפּאַציר, האָט אַ מוזיי־מיטאַרבעטער געוויזן איר אַ זאַמלונג פֿון פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס די אַסירים האָבן געבראַכט מיט זיך קיין אוישוויץ, אַרײַנגערעכנט חתונה־פּאָרטרעטן, בילדער פֿון קינדער־יאָרן, משפּחה־וואַקאַציעס, שול־אונטערנעמונגען, ספּאָרט־פֿאַרמעסטן — און אויסבאַהאַלטן זיי אין פֿאַרשיידענע ערטער.
זינט דעמאָלט, איז דאָס צונויפֿזאַמלען איבער 2,400 פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס זענען אָפּגעהיט געוואָרן אינעם געוועזענעם טויט־לאַגער, געוואָרן אַנס לעבנס־מיסיע. אינעם יאָר 2001 האָט זי אַרויסגעגעבן איר בוך „דער לעצטער אַלבאָם: אַרויסקוקנדיק פֿונעם אַש פֿון אוישוויץ־בירקענאַו‟. די מחברטע דערקלערט, אַז די אוניקאַלע בילדער דערמעגלעכן זיך באַקענען מיט די אומגעקומענע אויפֿן סאַמע אינטימען אופֿן; זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי זיי האָבן געלעבט און וועמען זיי האָבן געליבט.
זינט 1986, איז ווײַס אַרומגעפֿאָרן איבער דער וועלט, שטרעבנדיק צו אידענטיפֿיצירט די פּנימער אויף די זעלטענע פֿאָטאָגראַפֿיעס. חוץ דעם בוך, האָט זי אָרגאַניזירט אַ ריי אויסשטעלונגען, געגעבן לעקציעס אין מוזייען, אוניווערסיטעטן, קהילה־צענטער, און געגרינדעט אַ ספּעציעלע פֿונדאַציע. זי טרעט כּסדר אויף מיט לעקציעס אינעם מוזיי „יד־ושם‟ און אַנדערע וועלט־באַקאַנטע מוזייען, ווי אויך אויף פֿאַרשיידענע קאָנפֿערענצן און הזכּרה־אונטערנעמונגען.
איצט פּלאַנירט די מחברטע אַרויסצוגעבן די דריטע אויפֿלאַגע פֿון איר בוך. דאָס מאָל, וויל זי צוגעבן אַ „די־ווי־די‟ מיט אַלע 2,400 פֿאָטאָגראַפֿיעס. אַן ווײַס האָט איבערגעגעבן, אַז איר פֿאָרשונג איז נאָך נישט פֿאַרענדיקט. זי פֿאָרשט ווײַטער די פֿאָטאָגראַפֿיעס און געפֿינט כּסדר אויס מער פּרטים און מער לעבנס־געשיכטעס וועגן די פֿאָטאָגראַפֿירטע מענטשן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.