אַ באַקאַנטער קאָמפּאָזיטאָר און זײַן פֿרוי זענען מיטוואָך, דעם 29סטן אַפּריל, אויף דער נאַכט, אומגעקומען אין אַ שׂריפֿה אין זייער הויז אין יאָנקערס, ניו־יאָרק.
ראָנאַלד סענאַטאָר, אַ 89־יאָריקער קאָמפּאָזיטאָר, וועלכער איז אַ מאָל נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ „פּוליצער‟־פּריז, און זײַן 81־יאָריקע פֿרוי, מרים בריקמאַן, אַ דזשוליאַרד־טרענירטע פּיאַניסטין, האָבן אָפֿט קאָלאַבאָרירט אויף זייערע מוזיקאַלישע פּראָיעקטן.
צוויי לאָקאַטאָרן, וועלכע האָבן געוווינט אויפֿן ערשטן גאָרן פֿונעם הויז, האָבן באַוויזן צו אַנטלויפֿן, אָבער דאָס עלטערע פּאָרפֿאָלק איז שטעקן געבליבן אויפֿן צווייטן גאָרן, לויט אַ באַריכט פֿון „סי־בי־יס ניוס‟. צום סוף, האָבן די פֿײַער־לעשער זיי געפֿונען און גיך געבראַכט אין „דזשאַקאָבי־שפּיטאָל‟, וווּ זיי זענען נאָך אַ קורצער צײַט געשטאָרבן.
דאָס פּאָרפֿאָלק, וואָס האָט אַ טייל פֿונעם יאָר געוווינט אין זייער דירה אין לאָנדאָן, האָט ערשט לעצטנס געהאַט געשטעלט זייער ניו־יאָרקער הויז אויפֿן מאַרק.
סענאַטאָר האָט געשאַפֿן זעקס אָפּערעס און מיוזיקלס צום טעקסט פֿון מאָדערנע שרײַבער. זײַן אָראַטאָריום, „חורבן־רעקוויום‟, איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן אינעם „קאַנטערבערי קאַטעדראַל‟, ענגלאַנד, אין 1986, אין אַ קאָנצערט אָרגאַניזירט דורך דער „יו־ען‟ בשותּפֿות מיט דער דײַטשער רעגירונג און „בני־ברית‟. זינט דעמאָלט האָט מען עס שוין פֿאָרגעשטעלט אין מאַנהעטן, מאָסקווע, טערעזין און רוים.
נישט געקוקט אויף זײַן סוקצעס ווי אַ מוזיקער, האָט סענאַטאָר נישט געהאַט קיין גרינג לעבן. ס׳רובֿ פֿון זײַן טאַטנס משפּחה איז אומגעקומען אין קאָנצענטראַציע־לאַגער און אין די געטאָס, און ער אַליין האָט יאָרן לאַנג געליטן פֿון פּסיכאָז. נאָך אַ ריי קאָנטראָווערסאַלע טעראַפּיעס, וואָס ער האָט דורכגעמאַכט אין די 1950ער יאָרן, אַרײַנגערעכנט עלעקטראָשאָק און אַ לאָבאָטאָמיע, האָט ער זיך צו־ביסלעך אויסגעהיילט, און חתונה געהאַט מיט זײַן ערשטער פֿרוי, דיטאַ — אַ טשעכיש־געבוירענע לעבן־געבליבענע פֿון אוישוויץ, וועלכע האָט פֿאַרלוירן איר גאַנצע משפּחה, אַחוץ דעם טאַטן. נאָך איר טויט פֿון ראַק אין 1981, האָט סענאַטאָר אָנגעשריבן אַן אויטאָביאָגראַפֿיע וועגן זייער ביידנס פּײַנלעכע זכרונות, אַנטפּלעקט דורך אַ פֿיקטיווער קאָרעספּאָנדענץ צווישן זיי. דאָס בוך, Requiem Letters, האָט Publishers Weekly באַצייכנט ווי „אַ זייער רירנדיקע אויטאָביאָגראַפֿיע‟.
עס ווערט איצט דורכגעפֿירט אַן אויספֿאָרשונג, אויסצוגעפֿינען די סיבה פֿון דער שׂריפֿה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.