יעדער פּליטים־לאַגער אין דײַטשלאַנד, איטאַליע און פֿראַנקרײַך האָט געפֿײַערט דעם טאָג פֿון ישׂראלס אומאָפּהענגיקייט. אין אונדזער „די־פּי‟-לאַגער „הינדענבורג־קאַסערנע‟ איז עס דורכגעגאַנגען אויף אַזאַ אופֿן: דעם אָוונט פֿון דער פּראָקלאַמאַציע פֿון מדינת־ישׂראל, אין חודש מײַ, 1948 האָט די לאַגער־פֿאַרוואַלטונג צונויפֿגערופֿן אַ דרינגענדיקע זיצונג; די מיטגלידער פֿון אַלע ציוניסטישע פּאַרטייען פֿון לינקס, רעכטס און צענטער — אַלע האָבן זיך אָנגעשלאָסן. זיי האָבן געהאַט בלויז איין דאגה, ווי צו פֿײַערן דעם גליקלעכסטן טאָג אין ייִדישן לעבן. די עצות האָבן פֿאַרפֿלייצט די פֿאַרוואַלטונגס־מיטגלידער אין לאַגער. און דאָ, צו אַלעמענס צער, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער לאַגער פֿאַרמאָגט נישט אפֿילו קיין איין בלוי־ווײַסע פֿאָן.
דער ערשטער פֿאָרשלאָג איז געקומען פֿון צענטער, צו באָרגן דעם הילצערנעם סלופּ פֿון די רעוויזיאָניסטן, איבערפֿלאַנצן אים אין מיטן לאַגער, און אויפֿהענגען דערויף די ייִדישע פֿאָן. און דאָ האָט זיך אָנגעהויבן די אמתע סומאַטאָכע. ווי נאָר די רעוויזיאָניסטן האָבן דערהערט, אַז מ’טשעפּעט זיך צו זייער הילצערנעם סלופּ, האָבן זיי זיך גלײַך געשפּאָלטן אויף צווייען, די „פּראָ־סלופּיסטן‟ און די „קעגן־סלופּיסטן‟. די „פּראָ־סלופּיסטן‟ האָבן דערקלערט, אַז ס’איז אַלעמענס פֿײַערונג, מוז מען דעם סלופּ לאָזן דאָרט, וווּ ער שטייט און זאָל די פֿאָן פֿלאַטערן פֿון רעוויזיאָניסטישן סלופּ. דער לאַגער־דירעקטאָר, אַליין אַ רעוויזיאָניסט, האָט געעצהט מען זאָל זיך אויפֿהערן צו אַמפּערן און געפֿאָדערט צו זאָל לאָזן דעם סלופּ שטיין וווּ ער געפֿינט זיך, די פֿאָן זאָל פֿלאַטערן פֿון דעם רעוויזיאָניסטיקן סלופּ.
מיט זײַן רעוויזיאָניסטישן זאָג, האָט ער אויפֿגערודערט די לאַגער־באַפֿעלקערונג, וועלכע האָט זיך אין דעם מאָמענט אויך געשפּאָלטן אויף צווייען: „פֿאַר‟ און „קעגנער‟ פֿון דעם רעוויזיאָניסטישן פֿליגל. די קעגנער האָבן אויף שנעל אויסגעגראָבן דעם סלופּ און האָבן אים איבערגעפֿלאַנצט אין מיטן לאַגער, עס זאָל הייסן מ’איז אומפּאַרטיייִש. דערווײַל האָבן די פֿרויען אויפֿגענייט אויף שנעל די בלוי־ווײַסע ייִדישע פֿאָן און מען האָט זי אויפֿגעהאָנגען אויפֿן סלופּ אין מיטן לאַגער — אַ נחת פֿאַר די אויגן פֿון דער שארית־הפּליטה.
מיטן מאָמענט, וואָס דער שבת איז אַוועק, איז דער גאַנצער לאַגער געגאַנגען ווי אויף רעדלעך; אַלע האָבן זיך געגרייט צו דער גרויסער שׂימחה. מיטאַמאָל האָבן זיך באַוויזן אין לאַגער פֿינף ייִדישע פֿענער אויף צו מאַרשירן, מען האָט צוגעגרייט ליכט צו בענטשן, קוכנס און זיסוואַרג אויסגעבאַקן עס זאָל סטײַען פֿאַר יעדערן.
זונטיק צו פֿרי, דער לאַגער שײַנט און גלאַנצט ווי שפּאָגל־נײַ. די פֿענצטער דעקאָרירט מיט מגן־דודס און ייִדישע פֿענער. דער אַמעריקאַנער פֿאָן האָט באַשײַנט די שׂימחה, די לאַגער־טויערן באַהאָנגען מיט גרינס ווי שבֿועות.
מיטאַמאָל האָט מען אַלאַרמירט דער ייִדישער לאַגער־פּאָליציי, אַז די שׂונאי־ישׂראל האָבן אונטערגעלייגט דינאַמיט אונטער יעדן באַראַק, און זיי וועלן אויפֿרײַסן יעדע פֿײַערונג לכּבֿוד דער ייִדישער מדינה. מאַמעס האָבן געכאַפּט זייערע קינדערלעך און גענומען לויפֿן, וווּ די אויגן האָבן זיי געטראָגן. ייִדן האָבן גענומען זוכן זייערע אייגענע. אין מיטן דער סומאַטאָכע האָט זיך באַוויזן די אַמעריקאַנער מיליטערישע פּאָליציי און באַרויִקט דעם עולם לאַגערניקעס, נעמלעך, אַז ס’איז אַ בלאָף און אַז ס’וועט קיין שלעכטס קיינעם נישט געשען.
די שארית־הפּליטה האָט ווידער דורכגעלעבט די אמתע שרעק, אָבער שנעל צו זיך געקומען. מענטשן האָבן געטאַנצט און געזונגען, געלאַכט און געוויינט, און געפֿײַערט דעם וויכטיקסטן טאָג אין זייער לעבן, דעם יום־העצמאות…
אין אַ צײַט, ווען די וועלט איז בלינד און טויב, פֿאַרגינען נישט דעם ייִדן אַפֿילו דאָס שטיקעלע לאַנד, זײַנען מיר נאָך בײַ זיי גרויס אין די אויגן. ס’גייט שוין נישט אין דעם די וועלט זאָל אונדז ליב האָבן, אָבער ס’איז שוין די העכסטע צײַט אונדז צו אַנערקענען.
די פּליטים־לאַגערן פֿון 1946 ביז 1950, צעשפּרייט צווישן דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך און איטאַליע, טאָר מען בשום־אופֿן נישט פֿאַרגעסן, נישט פֿאַרווישן און נישט אויסמעקן. די מענטשן האָבן אין יעדן פּליטים־לאַגער געשאַפֿן אַ מיניאַטור פֿון מדינת־ישׂראל. אַ טייל האָט מקריבֿ געווען מיטן לעבן אויף אומלעגאַלער עליה, די אַנדערע ווידער, האָבן אויפֿגעלעבט די ציוניסטישע פּאַרטייען, דערצויגן יונגוואַרג, געפֿירט אַ זעלבסט־פֿאַרוואַלטונג, באַנײַט די רעליגיעזע אַנשטאַלטן, געשאַפֿן אַ טוץ ייִדישע צײַטונגען אין מינכן פֿון רעכטס, לינקס און צענטער, אײַנגעפֿירט אַ טעאַטער און קונסט, געזונגען העברעיִשע און ייִדישע לידער, געפּראַוועט ייִדישע חתונות, בריתן און בר־מצוות. אַז מ’רעדט פֿון חידושים, איז דאָס געווען דער גרעסטער חידוש, וואָס אַ פֿאָלק האָט געקענט אויספֿאַנטאַזירן נאָך אַזאַ שרעקלעכן חורבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.