די באַפֿעלקערונג פֿון ווײַסרוסלאַנד איז איצט אַ ביסל ווייניקער פֿון 9.5 מיליאָן נפֿשות, לויט די אָפֿיציעלע וועבזײַטלעך פֿון דער מדינה. וועגן דער צאָל ייִדישע בירגער האָבן מיר ניט קיין פֿאַרלאָזלעכע ידיעות. מע רעדט וועגן בערך 30 טויזנט נפֿשות. אמת, אין דער ייִדישע אַגענץ, „סוכנות‟, רופֿט מען אָן אַ סך גרעסערע ציפֿערן. אָבער די אַגענץ האָט, ווי מיר ווייסן, אַנטוויקלט אַן אייגענע אַריטמעטיק, וועלכע אַ חבֿר מײַנער באַשרײַבט אַזוי: „זיי פֿאַררעכענען אויך אַלע שכנים פֿון די ייִדן‟. אַזוי צי אַזוי, מיט די שכנים אָדער אָן זיי, איז די צאָל ווײַסרוסישע ייִדן ניט קיין גרויסע. ס’רובֿ זײַנען שוין אַווערגעפֿאָרן. 120 טויזנט פֿון זיי האָבן זיך באַזעצט אין ישׂראל.
פֿון מאָל צו מאָל קומט מיר אויס צו רעדן מיט געוועזענע ווײַסרוסישע ייִדן, וואָס וווינען הײַנט אין ניו־יאָרק. אַ געוויסע צײַט בין איך געווען אַ שטענדיקער קליִענט בײַ אַ פֿריזירערין פֿון מינסק, וואָס האָט געהאַלטן אַ קליינטשיקן סאַלאָן צוזאַמען מיט איר זון. פֿלעג איך יעדעס מאָל אויסהערן אַ לויבגעזאַנג דעם פּרעזידענט אַלעקסאַנדר לוקאַשענקאָ, אַדער „באַטקאָ‟ („טאַטע‟), ווי ס׳רופֿן אים סײַ די וואָס ווילן אים אַרויסווײַזן חוזק, סײַ די וואָס פֿילן צו אים דרך־ארץ.
וואָס שייך דער מערבֿדיקער מעדיאַ, איז צו אים שוין לאַנג צוגעטשעפּעט געוואָרן דער טיטל פֿונעם „לעצטן דיקטאַטאָר אין אייראָפּע”. און ס’איז טאַקע אַזוי: לוקאַשענקאָס רעזשים האָט איבערגענומען אַ סך אייגנאַרטיקייטן פֿון דער סאָוועטישער צײַט, מע רעדט אַפֿילו וועגן אַ מין פֿאַרפֿרוירענער סאָוועטישקייט אין ווײַסרוסלאַנד. אין אַ געוויסן זין, איז עס אַ גוזמא. דאָס לאַנד איז ניט אין גאַנצן איזאָלירט פֿון דער אַרומיקער וועלט, און פּריוואַטע געשעפֿטן זײַנען דערלויבט. אָבער אַ סך סאָוועטישקייט איז דאָרטן בלי־ספֿק פֿאַרבליבן, בפֿרט אין דער פּאָליטישער סיסטעם, מיט אַן „אייביקן‟ פּרעזידענט.
ווי אַזוי זשע פּאָרט זיך לוקאַשענקאָס דיקטאַטור מיט דער ליבע, וואָס עס פֿילן צו אים אַ סך ייִדן (וועגן ניט־ייִדן רעד איך שוין ניט)? ווײַל אַ ייִד איז ניט מער ווי אַ מענטש, און אייניקע מענטשן האָבן ליב אַן „אײַזערנע האַנט‟, וואָס האַלט אַלץ אויסגעסדרט. גיט נאָר אַ קוק, וויפֿל רוסישע ייִדן לויבן וולאַדימיר פּוטינען! ניט לאַנג צוריק איז אַרויס אַ ליד, אָנגעשריבן אין דעם נוסח, ווי אַ מאָל פֿלעגט מען שרײַבן וועגן סטאַלינען:
אין דעם היסטאָרישן מאָמענט
פֿון זאָרגן, האָפֿענונגען און נסיונות
נעמט אָן אונדזער פֿרײַנד פּרעזידענט
אונדזער האַרציקע אָנערקענונג.
אַן ערך אַזוי קלינגען די ערשטע שורות, וואָס זײַנען אַרויס פֿון אונטער דער פּען פֿונעם באַקאַנטן דיכטער איליאַ רעזניק. און ער איז גאָר ניט דער איינציקער ייִד, וואָס לויבט און רימט דעם רוסישן דיקטאַטאָר. מיט עטלעכע טעג צוריק האָט דער פֿירער פֿון די ליובאַוויטשער אין רוסלאַנד, אַלעקסאַנדר באָראָדאַ, פּשוט דערקלערט, אַז פּוטינס דיקטאַטור איז אַ גאַראַנטיע פֿאַר אַ רויִק לעבן פֿון רוסישע ייִדן. צוריק גערעדט, האָבן די ליובאַוויטשער היסטאָריש ניט געהאַלטן פֿון דימאָקראַטיעס. און וועלכע חסידים האַלטן פֿון איר בכלל?
בקיצור, לעצטנס האָט לוקאַשענקאָ אַ זאָג געטאָן דאָס, וואָס עס האָט אים שוין לאַנג, אַ פּנים, געקאָרטעט צו זאָגן.
דעם 29סטן אַפּריל האָט ער געהאַלטן אַ לאַנגע רעדע (קורץ רעדט ער ניט) אין זײַן פּאַרלאַמענט און בשעת־מעשׂה דערמאַנט אַ ייִדישן נאָמען — דעם באַלעבאָס פֿון אַ ווײַסרוסישן וועבזײַט־קאַנאַל, מיט וועלכן דער פּרעזידענט איז ניט צופֿרידן. האָט ער זיך געוואָנדן צום ראָש פֿון דער מינסקער געגנטלעכער אַדמיניסטראַציע, אויך אַ ייִדן, מיטן כאַראַקטעריסטישן משפּחה־נאָמען שאַפּיראָ. דעם דאָזיקן שאַפּיראָ האָט ער אַ ביסל פֿריִער געלויבט — אַז יענער גייט דאַווענען אין שול, דערפֿאַר זײַנען ניטאָ קיין פּראָבלעמען מיט רעגנס אין דער מינסקער געגנט, וואָס איז גוט פֿאַר לאַנדווירטשאַפֿט. אָבער מיט דער וועבזײַט האָט דער פּרעזידענט געהאַט טענות צו שאַפּיראָ, און דערמאָנט אים וועגן זײַן פּרעזידענטישער פֿאַראָרדענונג „צו נעמען אונטערן קאָנטראָל אַלע ייִדן אין ווײַסרוסלאַנד‟.
ס’איז שווער צו זאָגן, וואָס דער „טאַטע‟ פֿונעם ווײַסרוסישן פֿאָלק האָט דערמיט געמיינט, אויב ער האָט עפּעס בכלל געמיינט. אָבער מיט אָט דער פֿראַזע האָט ער ווידער חרובֿ געמאַכט זײַן רעפּוטאַציע, וועלכע איז לעצטנס אַ ביסל בעסער געוואָרן אויפֿן פֿאָן פֿון דער רוסישער אַגרעסיע אין אוקראַיִנע. לוקאַשענקאָ האָט די גאַנצע צײַט געשפּילט די ראָלע פֿון אַ שלום־מאַכער. ער האָט זיך אײַנגעהאַלטן פֿון שטיצן די געפֿערלעכע פּאָליטישע און מיליטערישע שפּיל, וועלכע עס פֿירט איצט רוסלאַנד. דאָס אַלץ איז, פֿאַרשטייט זיך, פּאָזיטיוו אָפּגעשאַצט געוואָרן. און דאָ האָט ער גענומען און זיך באַנאַרישט — אָדער אַנטפּלעקט?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.