ס׳איז ברייט באַוווּסט, אַז ייִדן „ריידן מיט די הענט‟, דאָס הייסט, מיט זשעסטן. אויף ענגליש, אָבער, אַז עמעצער „רעדט מיט די הענט‟ קען מען דאָס אויך אויסטײַטשן ווי אַן אייפֿעמיזם פֿאַרן שלאָגן. ווי ד׳׳ר עדי פּאָרטנוי, דער אַקאַדעמישער בעל־יועץ בײַם „ייִוואָ‟, האָט איבערגעגעבן דאָנערשטיק, דעם 30סטן אַפּריל, בעת דער עפֿענונג פֿון דער נײַער אויסשטעלונג „ייִדישער קאַמף־קלוב‟ בײַם „ייִוואָ‟, האָבן ייִדן אויך אַ סך „גערעדט מיט די הענט‟ אינעם אַמעריקאַנער זין, ווען ווערטער זענען מער ניט געווען גענוג בײַם לייזן אַ קאָנפֿליקט.
„ס׳איז דאָ גוואַלד בײַ יעדן פֿאָלק אויף דער וועלט‟, האָט ד׳׳ר פּאָרנוי, דערקלערט דעם עולם פֿון העכער 150 מענטשן, וואָס האָט אָנגעפֿילט די הויפּט־גאַלעריע בײַם „צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע‟ אין מאַנהעטן. ד׳׳ר פּאָרטנוי האָט דערקלערט, אַז צוליב די גרויסע ריסן פֿון דער געשיכטע אינעם 20סטן יאָרהונדערט, ווי אויך דער פֿאַקט, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן זענען געוואָרן מער בעלי־בתּיש, דערמאָנט מען הײַנט זייער ווייניק ווי פֿאַרשפּרייט עס איז געווען די בלוט־פֿאַרגיסונג בײַ ייִדן. ער האָט אויך דערקלערט, אַז ווי בײַ אַלע פֿעלקער, האָבן די ייִדישע היסטאָריקער דווקא געשריבן וועגן די באַרימטע פּערזענלעכקייטן, נאָך וועלכע עס בלײַבן ריזיקע היסטאָרישע שפּורן אין פֿאָרעם פֿון דאָקומענטן, און ניט וועגן די ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, וואָס האָבן ניט איבערגעלאָזט קיין סך דאָקומענטאַרע מאַטעריאַלן פֿאַר די היסטאָריקער.
ד׳׳ר פּאָרטנוי, ווי אַ פֿאָרשער, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דער פּאָפּולערער קולטור, איז אָבער דווקא פֿאַראינטעריסירט אין דעם, ווי אַזוי עס האָבן געלעבט די פּשוטע ייִדן בכלל, און די ייִדן פֿון מאַרגינאַליזירטע גרופּעס בפֿרט — אונטערוועלטניקעס, צירק־אַרטיסטן, קאַרנאַוואַל־קאַפּריזן, פּראָסטיטוטקעס און גאַסן־קעמפֿער. אַזעלכע ייִדן באַווײַזן זיך גאַנץ זעלטן אין די היסטאָרישע פֿאָרשונגען און אַפֿילו אינעם פֿאָלקס־זכּרון; אָבער זיי ווערן יאָ באַשריבן אין זייער גאַנצער פֿילפֿאַרביקייט אין דער אַמאָליקער ייִדישער פּרעסע.
ד׳׳ר פּאָרטנוי אַרבעט אויף אַ בוך וועגן מאַרגינאַליזירטע מענטשן אין דער ייִדישער פּרעסע, וואָס דער בכּבֿודיקער פֿאַרלאַג בײַם „סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט‟ וועט אַרויסגעבן. ער האָט פֿאָרגעלייענט אַ פּאָר פֿון זײַנע איבערזעצונגען פֿון טשיקאַווע און אויסטערלישע אַרטיקלען וועגן ייִדן, וואָס האָבן געשלאָגן איינער דעם אַנדערן. אין איין אַבסורד־אַרטיקל, וואָס איז דערשינען אינעם „פֿאָרווערטס‟, האָט אַ גרופּע ייִדן אויפֿן „איסט סײַד‟ געזען ווי אַ ייִדענע, וואָס טראָגט נאָר איין שוך, לויפֿט נאָך אַ ייִד, וואָס טראָגט אויך נאָר איין שוך. בײדע מענטשן האָבן אויסגעפֿעלט קליידער, און די פֿרוי האָט געהאַלטן אַן אײַזן אין איין האַנט און אַ שוך אינעם אַנדערן, מיט וועלכן זי האָט, אַ פּנים, געוואָלט דעם מאַן „בענטשן‟. ווען די פּאָליציי האָבן זיך אַרײַנגעמישט, האָט מען זיך דערוווּסט, אַז עס האַנדלט זיך גאָר וועגן אַ מאַן און זײַן פֿרוי!
כאָטש ד׳׳ר פּאָרטנוי האָט פֿאַרווײַלט דעם עולם מיט אַזעלכע אויסטערלישע און קאָמישע אינצידענטן, איז ער אַן ערנסטער פֿאָרשער, וואָס באַנוצט זיך מיט אַזעלכע אַנעקדאָטן, כּדי בעסער איבערצוגעבן דעם ברייטערן סאָציאַלן קאָנטעקסט. ווען ער האָט, למשל, דערקלערט וועגן די סיבות, פֿאַר וואָס די ייִדישע באָקסער און ראַנגלער זענען געווען אַזוי פּאָפּולער, האָט ער דערמאָנט די נעגאַטיווע סטערעאָטיפּן וועגן ייִדן און כּוח, און דערקלערט די פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדישע יונגט־באַוועגונגען („השומר הצעיר‟, „דער בונד‟) און די באָקסער. ער האָט אויך דערקלערט: ס’איז ניט ריכטיק צו טראַכטן, אַז די קאַמפֿס־ספּאָרטן האָבן געקוקט נאָר די פֿרײַע ייִדן; די וואַרשעווער צײַטונגען האָבן איבערגעגעבן, אַז צווישן די אָנהענגער פֿון פּאָפּולערע ייִדישע באָקסער און ראַנגלער זענען אויך געווען חסידים. ווען אַ באַליבטער ייִדישער באָסקער האָט געהאַלטן אין פֿאַרלירן, האָבן זײַנע חסידים אָנגעהויבן צו זאָגן תּהילים, כּדי אים צו העלפֿן.
אויף דער אויסשטעלונג אַליין, דערוויסט מען זיך וועגן דער געשיכטע פֿון פֿאַרשידענע באַקאַנטע ייִדישע באָקסער און ראַנגלער, ווי אויך די ייִדישע ווערטער, וואָס האָבן צו טאָן מיט קעמפֿן. אויפֿן סמך פֿון דעם גלאָסאַר, וואָס איז דערשינען אינעם זשורנאַל „פֿילאָלאָגישע שריפֿטן‟ אין 1926, ווײַזט מען פֿאַרשידענע ווערטער און זייערע דעפֿיניציעס אויף ייִדיש און ענגליש. צווישן די ווערטער געפֿינט מען אַזעלכע פּיקאַנטע טערמינען ווי „משכּנתּה‟ (אַריבערלייגן און אַרײַנשמײַסן), אַ „שטייסל‟ (אַ קלאַפּ מיטן פֿויסט אונטער דער גאָמבע), אַ „טראַסק‟ (אַ שטאַרקער זעץ, דאָס רובֿ אין פּלייצע), אַ „טלוק‟ (אַ קלאַפּ מיט אַלע אַבֿרים אויפֿן גאַנצן גוף), „בענטשן‟ (שלאָגן עמעצן איבערן קאָפּ מיט אַ שטיק האָלץ אָדער אַן אַנדער זאַך), אַ „קלונג‟ (אַ זעץ, וואָס איז אַזוי שטאַרק, אַז מע הערט ווי עס קלינגען גלאָקן), און אַ „שמיר‟ (פּאַטשן שטאַרק מיט אַן אָפֿענער האַנט).
ד׳׳ר פּאָרטנוי האָפֿט, אַז די אויסשטעלונג וועט העלפֿן צו פֿאַרברייטערן דעם אײַנדרוק, וואָס די באַזוכער האָבן פֿון דער ייִדיש־רעדנדיקער וועלט, און אַז עס וועט נאָך מער צוגעבן פֿאַרב צו דעם אייגנאַרטיק בילד פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן. נאָך זײַן רעדע האָבן אַ פּאָר ייִדישיסטן באַמערקט, אַז ס׳וואָלט גוט געווען “אַוועקצוטראָגן” פֿון דער אויסשטעלונג כאָטש אַ פּאָר פֿון די פֿאַרגעסענע „קאַמף־ווערטער‟, און זיי ווידער פֿאַרשפּרייטן אין דער הײַנטיקער ייִדישער שפּראַך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.