פֿיל אױסטראַליש־ייִדישע אָרגאַניזאַציעס שטיצן אונטער די קאָמפּאַניעס צו העלפֿן די געליטענע פֿון נעפּאַל נאָכן ערד־ציטערניש, װאָס האָט דערװײַל אומגעבראַכט העכער 5000 מענטשן. אַ טײל פֿון די אָרגאַניזאַציעס גיבן געלט דורך זײערע צװײַגן אין מדינת־ישׂראל, אַזױ װי דער „מגן־דוד־אדום‟ און דער „שערי־צדק‟־שפּיטאָל. די חב”ד־שילן און אַ כּשרער רעסטאָראַן זאַמלען געלט פֿאַר חב”ד אין נעפּאַל. דער „דזשױנט‟ און דער לאָקאַלער פֿאַראײן פֿון ייִדישע אוניװערסיטעט־סטודענטן זאַמלען אױך געלט פֿאַר נעפּאַל.
דער פּרעזידענט פֿונעם „אױסטרעליען דזשויִש קאָמיונעל לאָבי‟ האָט געמאָלדן, אַז נישט אַלע דירעקטאָרן פֿון דער אָרגאַניזאַציע האָבן געגעבן זײער הסכּמה צו װערן דירעקטאָרן, כאָטש ער אַלײן האָט געמײנט, אַז אַלע רעלעװאַנטע פּראָטאָקאָלן זײַנען דורכגעפֿירט געװאָרן, װען די אָרגאַניזאַציע איז געגרינדעט געװאָרן. ער זאָגט, אַז דער „לאָבי‟ װעט פֿאַרריכטן אַלע אַדמיניסטראַטיװע פּראָבלעמען זײַנע, און װעט דערנאָך פֿאָרזעצן זײַן אַרבעט לטובֿת ייִדן און מדינת־ישׂראל.
אַ פֿאָרשטײער פֿונעם הױפּט פֿון דער אױסטראַלישער לײבאָר־פּאַרטײ האָט געלײקנט, אַז די פּאַרטײ פּלאַנירט צו אָנערקענען פּאַלעסטינע װי אַן אומאָפּהענגיק לאַנד אין ליכט פֿון בנימין נתניהוס מעלדונג, אַז זײַן רעגירונג װעט נישט אַרבעטן לטובֿת אַ צװײ־שטאַטישער לײזונג צו די אומרוען אין מיטעלן מיזרח. דער געװעזענער לײבאָר אױסערן־מיניסטער האָט געמאָלדן אױף טעלעװיזיע, אַז די פּאַרטײ פּלאַנירט צו ענדערן איר שטעלונג צו פּאַלעסטינע בײַ איר קומענדיקער קאָנפֿערענץ. לױט זײַן פֿאַרטרעטער איז דער איצטיקער הױפּט פֿון דער פּאַרטײ גוט אין כּעס אױפֿן געװעזענעם מיניסטער פֿאַר זײַן מעלדונג, זאָגנדיק, אַז די מעלדונג באַשעדיקט די רעפּוטאַציע פֿון דער פּאַרטײ.
אַ לערער װאָס װערט באַשולדיקט אין פּרובירן אָנקניפּן אומפּאַסיקע באַציִונגען מיט געװעזענע תּלמידות פֿון דער „דוד המלך‟־שול, האָט רעזיגנירט װי אַ מיטאַרבעטער פֿון דער שול אין מיטן שול־יאָר, אײדער די אױספֿאָרשונג פֿון די באַשולדיקונגען קעגן אים האָט פֿאַרענדיקט איר אַרבעט. די שול געהערט צו דער רעפֿאָרם אָדער פּראָגרעסיװער באַװעגונג אין מעלבורן. זי דערלױבט נישט, אַז די מיטאַרבעטער זאָלן אָנקניפּן פֿאַרבינדונגען מיט געװעזענע תּלמידים און תּלמידות אױף דיגיטאַלישער מעדיאַ ביז כאָטש צװײ יאָר נאָך דעם, װי דער יוגנטלעכער האָט גראַדויִרט אָדער פֿאַרלאָזט די טאָגשול. דער פֿאַרװאָלטער פֿון דער „דוד המלך‟־שול האָט באַדאַנקט די גראַדואַנטן, װעלכע האָבן זיך געװאָנדן צו אים װעגן דעם ענין.
„לימוד־אָז, אױסטראַליע 2015‟ װעט פֿאָרקומען אין סידנעי צװישן דעם 6טן און דעם 8טן יוני. עס נעמען אָנטײל רעדנערס פֿון אױסטראַליע, ישׂראל, די פֿאַראײניקטע שטאַטן, יאַפּאַן און דרום־אַפֿריקע. עס װעלן זײַן אַן ערך 200 סעסיעס אױף פֿאַרשידענע טעמעס מיט ספּעציעלע פּראָגראַמען פֿאַר קינדער אין עלטער פֿון צװישן 5 און 12 יאָר.
„סער דזשאָן מאָנאַש־צענטער‟ פּלאַנירט
דער אױסטראַלישער פּרעמיער־מיניסטער האָט געמאָלדן װעגן פּלענער אױפֿצובױען דעם „סער דזשאָן מאָנאַש־צענטער‟, װי אַ טײל פֿון דעם אױסטראַלישן נאַציאָנאַלן דענקמאָל אין װילער־ברעטעניו אין פֿראַנקרײַך. די אױסטראַלישע רעגירונג װיל, אַז דער צענטער זאָל װײַזן, פֿאַר װאָס אױסטראַליע האָט אָנטײל גענומען אין דער ערשטער װעלט־מלחמה. היסטאָריקער האַלטן, אַז מאָנאַש האָט געהאָלפֿן דערנענטערן דעם סוף פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה מיט זײַן טעכנאָלאָגיע און אָרגאַניזאַציע. מאָנאַש איז געװען אַן אינזשעניר לױטן פֿאַך.
צװײ ייִדישע אַדװאָקאַטן זאָגן, אַז די „הגדה‟ האָט זײ אײַנגערעדט אַרױסצוהעלפֿן די יורשים פֿון די אָריגינעלע אײַנװױנער פֿון אױסטראַליע, אױסצוקעמפֿן זײערע רעכט. זײ װילן, אַז אַ טעקסט אין צוגאָב צו דער אױסטראַלישער קאָנסטיטוציע, זאָל געענדערט װערן צו אָנערקענען די רעכט פֿון די ערשטע אױסטראַליער אַנשטאָט צו ענדערן די קאָנסטיטוציע גופֿא.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.