בנימין זוסקין, דער באַרימטער אַקטיאָר פֿונעם מאָסקװער מלוכישן ייִדישן טעאַטער, האָט ליב געהאַט צו דערצײלן מעשׂיות וועגן זײַן לעבן צו דער יונגער טאָכטער זײַנער, אַלאַ. אױפֿן סמך פֿון די דאָזיקע דערצײלונגען, װאָס זי האָט גוט פֿאַרגעדענקט, האָט אַלאַ מיט יאָרן שפּעטער אָנגעשריבן אויף רוסיש אַ ביאָגראַפֿישן בוך װעגן איר טאַטן, װאָס איז איצט צוטריטלעך געװאָרן אױף ענגליש.
זוסקינס גורל קאָן דינען װי אַ דוגמא צו דער געשיכטע פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור. לכתּחילה האָט די ראַטן־מאַכט געשאַפֿן מעגלעכקײטן לטובֿת דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, אַ מין בײַט פֿאַר דער פּאָליטישער און אידעאָלאָגישער געטרײַשאַפֿט. אויסגעלאָזט האָבן זיך די אַלע דערוואַרטונגען און הבֿטחות אין אַ בלוטיקער באָד. זוסקין, אין אײנעם מיט אַנדערע אָנגעזעענע סאָװעטישע ייִדישע קולטור־טוער, איז אַרעסטירט און דערשאָסן געװאָרן אין די סאַמע לעצטע יאָרן פֿון סטאַלינס שליטה.
אין דער צאַרישער אימפּעריע װאָלט זוסקין, אַװדאי, ניט דערגרייכט אַזאַ רום, אָבער אױך ניט דערגאַנגען צו אַזאַ ביטערן סוף. ער איז געבױרן געװאָרן אין פּאָנעװעזש אין אַ משפּחה פֿון אַ שנײַדער, און זײַנע קינדער־יאָרן זײַנען ניט געװען אַנדערש פֿון אַלע אַנדערע אָרעמע ייִדישע קינדער אין ליטװישע שטעטלעך. װען ער איז געװען פֿופֿצן יאָר אַלט, האָט אױסגעבראָכן די ערשטע װעלט־מלחמה. די משפּחה איז אַנטלאָפֿן, װי טױזנטער אַנדערע ליטװאַקעס, קײן טיף־רוסלאַנד. דאָ האָט זיך זוסקין צום ערשטן מאָל באַקענט מיטן רוסישן טעאַטער און האָט געשפּילט אין ליבהאָבערישע ספּעקטאַקלען. אָבער ער האָט ניט באַטראַכט טעאַטער װי אַן ערנסטע פֿאַך, און האָט זיך אָנגעהױבן לערנען אױף אַ באַרג־אינזשעניר.
גורלדיק איז פֿאַר זוסקינען געװאָרן די באַגעגעניש מיט שלמה מיכאָעלס אין מאָסקװע אין 1921. מיכאָעלסעס שפּיל האָט אױף אים געמאַכט אַזאַ שטאַרקן רושם, אַז ער האָט באַשלאָסן צו װערן אַ ייִדישער אַקטיאָר. פֿאַרן עקזאַמען האָט ער צוגעגרײט אַ סקיצע פֿון דעם לעבן, װאָס איז אים געװען גוט באַקאַנט: „אַ ייִדישער שנײַדער‟. די דאָזיקע סקיצע האָט ער לאַנגע יאָרן געשפּילט אין קאָנצערטן, און אַלע מאָל מיט גרױס דערפֿאָלג.
דער דיכטער אָסיפּ מאַנדעלשטאַם האָט באַזוכט די ספּעקטאַקלען פֿונעם מאָסקװער ייִדישן קאַמער־טעאַטער אין קיִעװ אין 1926. ער האָט דערקענט אין דעם שפּיל די „אינערלעכע פּלאַסטיק פֿון געטאָ‟, װאָס מיכאָעלס און אַנדערע אַקטיאָרן האָבן אַרױסגעבראַכט אױף דער בינע. מאַנדעלשטאַם האָט עס אָנגערופֿן „דער ריזיקער קינסטלערישער כּוח, װאָס װעט איבערלעבן דעם חורבן פֿון דער געטאָ‟. די װערטער „געטאָ‟ און „חורבן‟ האָבן דעמאָלט אַװדאי ניט געטראָגן דעם טראַגישן זין װי איצט. מערקװירדיק, װאָס פֿאַרן רוסישן דיכטער מאַנדעלשטאַם האָט דװקא די פּלאַסטיק פֿון זשעסטן און באַװעגונגען פֿאַרקערפּערט דעם עצם ייִדישקײט, װאָס דער טעאַטער האָט פֿאָרגעשטעלט אױף דער בינע.
זוסקינס בעסטע ראָלעס זײַנען געװען אין די ספּעקטאַקלען לױט די װערק פֿון די סאַמע „פּלאַסטישע‟ ייִדישע קלאַסיקער, מענדעלע און שלום־עליכם. ער אַליין האָט געהאַלטן, אַז סענדערל פֿון די „מסעות בנימין השלישי‟, איז זײַן הויכפּונקט. דער טעאַטער האָט געעפֿנט זײַן ערשטן סעזאָן מיט דער פֿאָרשטעלונג „שלום־עליכם אָװנט‟, די סצעניזירונג פֿון „אײַזנבאַן־געשיכטעס‟. די ערשטע יאָרן האָט זוסקין געשעפּט דעם רוישטאָף פֿאַר די ראָלעס פֿון זײַן אײגענער קינדהײט: „ער װײסט װעמען צו שפּילן, אָבער װײסט ניט, װי אַזױ‟. דאָס „ווי אַזוי‟ האָט ער באַקומען אין גראַנאָװסקיס מאָדערניסטישן טעאַטער־חדר.
אַלאַ זוסקין־פּערלמאַן דערצײלט איר פֿאָטערס ביאָגראַפֿיע על־פּי־סדר, יאָר נאָך יאָר. און אין יעדן קאַפּיטל ברענגט זי אַרײַן מאַטעריאַלן פֿון די געריכט־פֿאַרהערן אין דער לוביאַנקע־תּפֿיסה, װוּ זוסקין, אין אײנעם מיט אַנדערע ייִדישע קולטור־טוער, איז פֿאַרשפּאַרט געוואָרן בערך אויף פֿיר יאָר. אַזױ אַרום פֿלעכטן זיך איבער צװײ היסטאָרישע ליניעס פֿון זײַן לעבן — דערפֿאָלג און טראַגעדיע. נאָך דעם, װי דער גרױסער אַקטיאָר, שלמה מיכאָעלס, איז אַכזריותדיק דערהרגעט געװאָרן אױף אַ מינסקער גאַס, האָט די מלוכה אים געמאַכט אַ פֿײַערלעכע לװיה. זוסקין, װי עס דערמאָנט זיך זײַן טאָכטער, „האָט אַפֿילו קיין געדאַנק ניט צוגעלאָזט צו דערמאָנען די אמתדיקע סיבה פֿון מיכאָעלסעס טױט.‟
דער שרעק איז געדיכטער געװאָרן אַלץ מער און מער אויך אַרום דעם טעאַטער. „דער, װאָס האָט קײן מאָל ניט געלעבט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, װעט קײן מאָל ניט משׂיג זײַן, װי אַזױ די קלאַנגען קאָנען זיך פֿאַרשפּרײטן אין אַ צײַט פֿון שװײַגן; ס‘איז גענוג איין קוק, אַ זיפֿץ, אַ צוק מיט די אַקסלען…‟ זוסקין איז באַשטימט געװאָרן װי דער נײַער קינסטלערישער אָנפֿירער פֿונעם טעאַטער, אָבער דער מצבֿ איז פֿון טאָג צו טאָג געװאָרן שװערער. אין מערץ 1948 האָט דער טעאַטער פֿאַרלױרן די מלוכישע פֿינאַנציעלע שטיצע. כּדי צוצוציִען דעם עולם, האָט זוסקין באַשלאָסן צו באַנײַען דעם אַלטן קלאַסישן רעפּערטואַר און פֿאַרקױפֿן ביליקע אַבאָנעמענטן. אָבער צו יענער צײַט האָבן אַ סך מענטשן שױן פּשוט מורא געהאַט צו גײן אין ייִדישן טעאַטער.
פֿון אַלע צרות איז זוסקין אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ דעפּרעסיע, ניט געקאָנט שלאָפֿן, און מען האָט אים פֿאַרנומען אין שפּיטאָל; פֿון דאָרטן, אײַנגעשלעפֿערט, און אים איבערגעפֿירט אין דער תּפֿיסה אַרײַן.
שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/3565/print/.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.