מיר רופֿן עס אויף ייִדיש „אַ פֿאַרכּישופֿטער קרײַז‟, וואָס קלינגט אַ סך מילדער פֿונעם ענגלישן vicious cycle. אָבער עס קלינגט נאָר כּמו־מילד. די רעאַלקייט איז די זעלבע, און אַ דוגמא פֿון דער דאָזיקער רעאַלקייט רײַסן זיך דורך לעצטנס אין פֿאַרשיידענע שטעט פֿון אַמעריקע. הײַנט זעען מיר עס אין באַלטימאָר, וואָס גייט ניט אַראָפּ פֿון די טעלעוויזיע־עקראַנען. ס’איז אַ שטאָט, וווּ די פּראָבלעמען האָבן זיך אָנגעהויבן ניט דעם 19טן אַפּריל, ווען אַ גרופּע פּאָליציאַנטן האָבן אַרעסטירט דעם 25־יאָריקן פֿרעדי גריי. איך בין אין באַלטימאָר געווען נאָר איין מאָל, מיט עטלעכע יאָר צוריק, און געזען האָב איך זייער ווייניק דאַרטן; אָבער איך האָב גוט פֿאַרגעדענקט, ווי נעבעכדיק עס האָט אויסגעזען די געגנט בײַם צופֿאָרן צו דער באַן־סטאַנציע; גאָר ניט אַזוי ווי עס וואָלט געדאַרפֿט אויסזען אַ געגנט אין דעם רײַכסטן לאַנד. זי האָט געהאַט געטראָגן אַן אימאַזש פֿון אַ געגנט, וווּ אַ מלחמה האָט זיך ניט לאַנג צוריק פֿאַרענדיקט. די טעג ווײַזט מען אויף דער טעלעוויזיע אַ סך באַלטימאָרער גאַסן, וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר חורבֿות.
באַלטימאָר איז אַ שטאָט, וווּ עס דאָמינירט דעמאָגראַפֿיש די שוואַרצע באַפֿעלקערונג. און דווקא די שוואַרצע באַפֿעלקערונג דאָמינירט אויך צווישן די אָרעמסטע. אַ דורכשניטלעכע היגע שוואַרצע משפּחה פֿאַרדינט צוויי מאָל ווייניקער פֿון אַ דורכשניטלעכער היגער ווײַסער משפּחה. אַ דריטל פֿון די שוואַרצע באַלטימאָרער פֿון אַזאַ עלטער ווי פֿרעדי גריי האָבן ניט קיין אַרבעט. אַ סך אינדוסטריעלע אונטערנעמונגען זײַנען פֿאַרמאַכט געוואָרן, און מע דאַרף האָבן אַ קוואַליפֿיקאַציע, כּדי צו געפֿינען אַן אַרבעט אין די געשעפֿטן, וואָס זײַנען יאָ פֿאַראַן אין דער שטאָט. אַ סבֿרא, אַז גריי האָט קיין קוואַליפֿיקאַציע ניט געהאַט. זײַן מוטער האָט זיך קיין מאָל ניט אויסגעלערנט צו לייענען, און די משפּחה האָט בכלל ניט געשטרעבט צו באַקומען אַ בילדונג.
אַ פֿערטל פֿון דער באַלטימאָרער באַפֿעלקערונג איז „אָפֿיציעל אָרעם‟. דאָס הייסט, למשל, אַז אַ משפּחה פֿון דרײַ מענטשן פֿאַרדינט ווייניקער פֿון 20 טויזנט דאָלאַר אַ יאָר. וואָס טוען יונגע מענטשן, וועלכע האָבן ניט קיין אַרבעט און ניט קיין פֿאַך? דאָס איז די סבֿיבֿה, וווּ קרימינעלע אַקטיווקייט געהערט ניט צו עקזאָטישע באַשעפֿטיקונגען. פֿרעדיס ברודער איז אומגעקומען אין אַ קרימינעלן צוזאַמענשטויס, און נאָך פֿרעדי אַליין ציט זיך אַ שפּור פֿון אַ פּאָר צענדליק קרימינעלע ענינים. אייניקע פֿון זיי זײַנען ניט געווען געשלאָסן צו דער צײַט פֿון זײַן אַרעסט. קיין חידוש ניט, אַז ער האָט גענומען לויפֿן, ווען עס האָבן זיך באַוויזן די פּאָליציאַנטן.
אַגבֿ, דערווײַל האָבן מיר ניט קיין קלאָרן ענטפֿער, פֿאַר וואָס מע האָט אים אַרעסטירט. אפֿשר פּשוט, ווײַל מע האָט דערזען, אַז עמעצער פּרוּווט אַנטלויפֿן, און דאָס האָט אַרויסגערופֿן אַ חשד. דעם סוף ווייסן מיר — מער אָדער ווייניקער. דעם געכאַפּטן האָט מען, מיט צונויפֿגעבונדענע הענט, אַרײַנגעוואָרפֿן אין אַן אויטאָ, ספּעציעל געמאַכט פֿאַר טראַנספּאָרטירן אַרעסטירטע. די ווענט זײַנען דאָרטן אײַזערנע; און געפֿירט האָט מען אים אַזוי, אַז פֿון דער דאָזיקער „נסיעה‟ איז ער אַרויס מיט אַ געשעדיקטן חוט־השדרה. עס זעט אויס, אַז פֿון דעם איז ער שפּעטער געשטאָרבן.
הגם פֿרעדי גריי איז געווען אַן אַפֿריקאַניש־אַמעריקאַנער יונגערמאַן, איז קיין ראַסיסטישער עלעמענט אין דער געשיכטע, אַ פּנים, ניטאָ. יעדנפֿאַלס, שפּילט עס ניט קיין ממשותדיקע ראָלע. די זאַך איז, אַז צווישן די זעקס פּאָליציאַנטן, וואָס האָבן אַזוי אָדער אַנדערש זיך באַטייליקט אינעם אַרעסטירן און טראַנספּאָרטירן גרייען, זײַנען דרײַ געווען אויך שוואַרצע. אַזוי אַז דער עולם איז אין דעם פֿאַל געוואָרן אויפֿגעבראַכט מיט דער ברוטאַלקייט מצד די פּאָליציאַנטן, נישט מצד די ווײַסע.
אַן ענלעכע פּראָבלעם האָט אין ישׂראל אַרויסגעפֿירט טויזנטער עטיאָפּישע ייִדן (זייער צאָל אין לאַנד דערגרייכט 120—130 טויזנט נפֿשות) אויף די גאַסן פֿון תּל־אָבֿיבֿ און ירושלים. זייער פּראָטעסט, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן רויִק, אָבער פֿאַרענדיקט מיט ערנסטע צונויפֿשטויסן און צענדליקער פֿאַרוווּנדיקטע, האָט געצילט קעגן ברוטאַלקייט פֿון די ישׂראלדיקע פּאָליציאַנטן. בפֿרט נאָך, אַז אין דעם אינצידענט, וואָס האָט אויפֿגעבראַכט דעם עולם, האָבן די פּאָליציאַנטן געשלאָגן אַ זעלנער:
די זעקס באַלטימאָרער פּאָליציאַנטן זײַנען שוין פֿאָרמעל באַשולדיקט געוואָרן דורך דעם היגן פּראָקוראָר, און דער פֿאַקט אַליין האָט געביטן דעם מצבֿ אין דער שטאָט. די פּאָגראָמען, וואָס האָבן זיך תּחילת אָנגעהויבן און שוין זייער טײַער אָפּגעקאָסט דער שטאָט, זײַנען אַריבער אין דעמאָנסטראַציעס אָן ערנסטן געוואַלד. אָבער די גאַסן בלײַבן פֿאַרפֿילט מיט מענטשן, בפֿרט נאָך, אַז אַ סך פֿון זיי אַרבעטן סײַ־ווי־סײַ ניט. אַלע אַנדערע נײַעס אויף דער טעלעוויזיע, אַפֿילו אַזאַ גלאָבאַלע סענסאַציע ווי דאָס געבוירן ווערן פֿון אַ בריטישער פּרינצעסין, זײַנען כּמעט פֿאַרשוויגן געוואָרן.
אַזוי אָדער אַנדערש וועט זיך דאָס אַלץ אויססדרן אין באַלטימאָר. אָבער דאָס הייסט גאָר ניט, אַז דער פֿאַרכּישופֿטער קרײַז פֿון זייער שווערע צווישן־באַציִונגען, וואָס די מאַכט האָט מיט דער כראָניש פֿאַראָרעמטער און פֿאַרקרימינאַליזירטער באַפֿעלקערונג, וועט ניט ברענגען צו ענלעכע געשעענישן אין אַן אַנדער ווינקל פֿון לאַנד. מע קען זייער אַ סך רעדן וועגן די שלעכטע מידות פֿון די אײַנוווינער פֿון די געגנטן, וווּהין אַ פּאָליציאַנט גייט ווי אויף אַ מלחמה און פֿירט זיך אויף ווי אויף אַ מלחמה. אָבער מע דאַרף דאָך עפּעס טאָן, כּדי צו לייזן די סאָציאַלע און עקאָנאָמישע פּראָבלעמען, וועלכע ליגן אין דעם יסוד פֿון אַזאַ מצבֿ. ווען אין דער שטאָט שטייען ביזן הײַנטיקן טאָג חורבֿות פֿון פּאָגראָמען, וועלכע זײַנען געשען נאָך אין די 1960ער יאָרן, זאָגט עס אַ סך וועגן די מידות פֿון דער מלוכה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.