אַ תּל־אָבֿיבֿער מאַניפֿעסטאַציע פֿון טויזנטער מענטשן קעגן פּאָליציי־ברוטאַליטעט האָט אַרויסגערופֿן בלוטיקע צוזאַמענשטויסן צווישן די דעמאָנסטראַנטן און פּאָליציאַנטן. די פּראָטעסטן זונטיק האָט זיך אָנגעהויבן רויִק, אָבער פֿאַרנאַכט האָט אַ גרופּע דעמאָנטסראַנטן אָנגעהויבן באַוואַרפֿן מיט פֿלעשער די פּאָליציאַנטן אויף פֿערד. צום ווייניקסטן, 42 פּאָליציאַנטן זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן; עטלעכע פּראָטעסטירער זענען אַרעסטירט געוואָרן.
די פּאָליציי האָט געניצט באַטויבונג־גראַנאַטן, וואַסער־קאַנאָנען און טרערן־גאַז אָפּצושטעלן די אומרוען, בעת די דעמאָנסטראַנטן האָבן איבערגעקערט אַ פּאָליציי־אויטאָ, דערבײַ געמאַכט אַ שׂרפֿה.
פּרעמיער בנימין נתניהו האָט זונטיק אָוונט גערופֿן צו באַרויִקונג. „מיר וועלן אויספֿאָרשן אַלע באַשולדיקונגען, אָבער מיר וועלן נישט טאָלערירן קיין בלוט־פֿאַרגיסונג,‟ האָט ער געזאָגט. מיט אַ טאָג פֿריִער האָט אַן ענלעכע מאַניפֿעסטאַציע אין ירושלים אויך אַרויסגערופֿן בלוט־פֿאַרגיסונג. די אומרוען האָבן זיך אָנגעהויבן נאָכן ווײַזן צוויי ווידעאָס, וווּ ווײַזן ווי פּאָליציאַנטן שלאָגן עטלעכע עטיאָפּעישע ישׂראלים. איינער פֿון די געליטענע איז אַ סאָלדאַט אין צה״ל.
אויף דער דעמאָנסטראַציע זונטיק האָבן די באַטייליקטע געטראָגן טראַנספּאַראַנטן מיט די ווערטער „ס׳איז נישט קיין פֿאַרברעכן צו זײַן שוואַרץ‟ און „מיר פֿאָדערן אַ געזעלשאַפֿט פֿון יושר און גערעכטיקייט‟. אַ טייל האָבן געפֿאָכעט מיט די ישׂראלדיקע פֿענער. במשך פֿונעם פּראָטעסט האָבן מענטשן געהאַלטן די הענט צוזאַמען אין דער הייך, ווי אַ סימבאָל פֿון פֿאַרקייטלט ווערן בײַם אַרעסט.
עטלעכע ישׂראלדיקע כּנסת־דעפּוטאַטן זענען בײַגעווען בײַ די מאַניפֿעסטאַציעס, אַרײַנגערעכנט איימן עודה פֿון דער „אַראַבישער ליסטע‟; דבֿ כענין פֿון „חדש‟; סתיו שפֿיר פֿון דער „ציוניסטישער אייניקייט‟ און די געוועזענע דעפּוטאַטין פֿון „יש עתיד‟, פּנינה תמנו־שטה, די ערשטע עטיאָפּישע פֿרוי צו דינען אין כּנסת.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.