מיעטשילאַוו קעניגסווײַן איז געוואָרן אין ישׂראל משה תּירוש. מסתּמא, ווײַל פֿון תּירוש מאַכט מען ווײַן. משה תּירוש איז געקומען קיין וואַרשע אויפֿן חנוכּת-הבית פֿון דער ווילע, וואָס געפֿינט זיך אינעם וואַרשעווער זאָאָלאָגישן גאָרטן. אין אָט דער ווילע האָט געוווינט יאַן זשאַבינסקי, דער דירעקטאָר פֿונעם וואַרשעווער זאָאָלאָגישן גאָרטן, בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. זשאַבינסקי און זײַן פֿרוי, אַנטאָנינאַ, האָבן באַהאַלטן צענדליקער ייִדן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה טאַקע אינעם זאָאָלאָגישן גאָרטן. פֿאַקטיש קומט אַרויס, אַז בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע האָבן די ווילדע חיות יאָ געהאַט דאָס רעכט צו לעבן, און די ייִדן — נישט.
איינער פֿון די געראַטעוועטע דורך די זשאַבינסקיס איז געווען משה תּירוש אַליין. די זשאַבינסקיס האָבן אים באַהאַלטן אינעם קעלער פֿון זייער ווילע. טאַטע־מאַמע האָבן זיי באַהאַלטן אין אַ געהיים־אָרט הינטער דער שטײַג פֿון אַ לייב. די משפּחה קעניגסווײַן האָט אַגבֿ נישט געוווּסט, אַז זיי זענען נישט די איינציקע ייִדן, וואָס די זשאַבינסקיס האָבן באַהאַלטן צווישן די חיות. די זשאַבינסקיס האָבן געהאַלטן, אַז ס’איז בעסער זיי זאָלן נישט וויסן דערפֿון, ווײַל אויב די דײַטשן וועלן זיי כאַפּן, וועלן זיי נישט קענען דערציילן וועגן די אַנדערע ייִדן, וואָס געפֿינען זיך דאָרט, אַפֿילו ווען מען פּײַניקט זיי.
משה תּירוש דערציילט, אַז ער מיט דער שוועסטער האָבן געהאַט אַ סימן: ווען פֿרוי זשאַבינסקי שפּילט שאָפּען אויף דער פּיאַנע, הייסט עס, אַז אַלץ איז אין אָרדענונג. ווען זי שפּילט אָבער אָפֿענבאַך, הייסט עס, אַז מען דאַרף זיצן שטיל, ווײַל די דײַטשן זענען נאָענט.
משה תּירוש און זײַן משפּחה שטאַמען פֿון וואַרשע. אין געטאָ האָבן אַלע געהאַט דרך-ארץ פֿאַר דער משפּחה קעניגסווײַן, אַפֿילו די ייִדישע פּאָליציי. די סיבה: דער טאַטע איז געווען אַ באָקסער און אַלע האָבן מורא געהאַט פֿאַר אים. די גאַנצע משפּחה איז קראַנק געוואָרן אויף טיפֿוס. אַ יונגער פּאָליאַק, אַ חסיד־אומות־העולם, האָט זיי אַריבערגעפֿירט פֿון דער געטאָ צו דער אַרישער זײַט, וווּ אַ פּוילישע משפּחה האָט זיי באַהאַלטן אַ געוויסע צײַט.
דער דירעקטאָר זשאַבינסקי האָט געקענט די משפּחה קעניגסווײַן, ווײַל דער זיידע איז געווען אַ ליוועראַנט פֿון עסנוואַרג פֿאַרן זאָאָלאָגישן גאָרטן נאָך פֿאַר דער מלחמה. בעת דעם פּוילישן אויפֿשטאַנד אין וואַרשע, אין יאָר 1944 איז תּירוש שוין געווען באַהאַלטן בײַ אַן אַנדערער משפּחה. בעתן אויפֿשטאַנד איז דאָס הויז אין גאַנצן צעשטערט געוואָרן פֿון די דײַטשישע באָמבעס. תּירוש, וואָס איז דעמאָלט געווען אַ קינד פֿון זיבן יאָר, האָט געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין אַ פּוילישן יתומים־הויז. ער איז געווען דאָס איינציקע ייִדישע קינד דאָרט. די אַנדערע קינדער האָבן אים געשלאָגן, ווײַל זיי האָבן געוווּסט, אַז ער איז אַ ייִד, אָבער דער גלח, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיטן יתומים-הויז, האָט אַלעמען געוואָרנט זיי זאָלן אים נישט טשעפּען. צען חדשים נאָך דער באַפֿרײַונג האָט אים די מאַמע געפֿונען.
די מאַמע האָט אויך געפֿונען די טאָכטער, וואָס איז געווען באַהאַלטן בײַ אַ פּוילישער פֿרוי. אַפֿילו דאָס דריטע קינד, וואָס איז געבוירן געוואָרן שוין אין געטאָ, און וואָס די מאַמע האָט עס געלאָזט אויף דער גאַס אויף דער אַרישער זײַט, האָפֿנטלעך, אַז גוטע מענטשן וועלן עס ראַטעווען, איז איר געלונגען צו געפֿינען אין אַ יתומים-הויז אין טשענסטאָכאָוו. נאָך דער מלחמה זענען געבוירן געוואָרן נאָך צוויי קינדער אין דער משפּחה קעניגסווײַן. דער טאַטע איז פּלוצעם געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ־אַטאַק אין יאָר 1948. די מאַמע האָט נישט געהאַט קיין מיטלען אויסצוהאַלטן אַלע פֿינעף קינדער. דרײַ קינדער האָט זי אָפּגעגעבן אין דעם ייִדישן יתומים־הויז אין שרודבאָרוּוו לעבן וואַרשע, בתוכם משה תּירוש. אין יאָר 1957 איז די מאַמע מיט די פֿאַרבליבענע קינדער עולה געווען קיין ישׂראל.
משה תּירוש, וואָס איז הײַנט 78 יאָר אַלט, איז שוין אַ פּענסיאָנירטער. אַלע זײַנע שוועסטער זענען בײַם לעבן. די גאַנצע משפּחה, דאָס הייסט, ער און זײַן משפּחה, די ברידער און די שוועסטער מיט זייערע משפּחות, זייערע קינדער און קינדס קינדער, ציילן הײַנט 56 מענטשן.
די ווילע פֿון די זשאַבינסקיס, וווּ תּירוש און צענדליקער אַנדערע ייִדן זענען געווען באַהאַלטן בשעת דער מלחמה, האָט מען ערשט רעסטאַוורירט, און אויב איר קומט קיין וואַרשע, וועט איר קענען זי זען. זי דינט פֿון הײַנט אָן ווי אַ מוזיי, וואָס דערציילט די וווּנדערלעכע געשיכטע פֿון דער פֿאַמיליע זשאַבינסקי און די ייִדן, וואָס זיי האָבן געראַטעוועט.
וולאַדיסלאַוו באַרטאָשעווסקי איז געווען אַקטיוו ביז דער לעצטער שעה פֿון זײַן לעבן. אין אַן אינטערוויו, וואָס ער האָט געגעבן אין זײַן לעצטן טאָג, האָט דער פּוילישער חסיד־אומות־העולם געזאָגט, אַז די אַזוי גערופֿענע „זשעגאָטאַ‟, דאָס הייסט, די געהיימע אָרגאַניזאַציע וואָס האָט געראַטעוועט ייִדן בשעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע, איז נישט געווען קיין פּוילישע און נישט קײן ייִדישע אָרגאַניזאַציע. די „זשעגאָטאַ‟ איז געווען אַ געמיינזאַמע, פּויליש-ייִדישע אָרגאַניזאַציע, האָט באַרטאָשעווסקי באַטאָנט. דערפֿאַר איז זי געוואָרן אַ סימבאָל פֿון פּויליש-ייִדישער ברודערשאַפֿט. זי האָט געהאָלפֿן נישט בלויז די ייִדן, נאָר אויך די פּאָליאַקן, וואָס די דײַטשן האָבן אַרעסטירט, ווײַל זיי האָבן געהאָלפֿן די ייִדן.
באַרטאָשעווסקי האָט דערציילט, אַז ער, למשל, האָט צוזאַמענגעאַרבעט מיט לעאָן פֿײַנער, אַ ייִד אַ בונדיסט. ביידע זענען זיי געווען מיטגלידער פֿון „זשעגאָטאַ‟. פֿײַנער האָט אויסגעזען ווי אַ טיפּישער פּאָליאַק, און באַרטאָשעווסקי האָט פֿון תּמיד אָן געהאַט אַן אַזוי־גערופֿענע „ייִדישע נאָז‟. פֿײַנער פֿלעגט זיך וויצלען, אַז באַרטאָשעווסקי, דער קריסט, שטעלט אים אין סכּנה צוליב זײַן אויסזען.
וואָס שייך די באַשולדיקונג פֿון אַ סך פּאָליאַקן, אַז נאָך דער מלחמה איז פּוילן אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון די ייִדישע קאָמוניסטן, האָט באַרטאָשעווסקי דערמאָנט אין אָט דעם לעצטן אינטערוויו זײַנעם, אַז אַלע דרײַ קאָמוניסטישע ריכטער, וואָס האָבן אים פֿאַרמישפּט אויף תּפֿיסה, זענען געווען קריסטן. זײַן אַדוואָקאַט איז דווקא געווען אַ ייִד, זיגמונט גראָס, דער טאַטע פֿונעם היסטאָריקער יאַן גראָס, וואָס האָט קונה־שם געווען מיט זײַן בוך וועגן דעם יעדוואַבנער פּאָגראָם.
באַרטאָשעווסקי האָט געזאָגט, אַז דאָס זענען געווען די סטאַליניסטישע צײַטן אין פּוילן. פֿון דעסטוועגן, האָט דער אַדוואָקאַט גראָס געטאָן אַלץ וואָס ער האָט געקאָנט, און ער איז טאַקע געבליבן באַפֿרײַנדט מיט דער משפּחה גראָס. די וואָס האַלטן, אַז מענטשן ווי גראָס און זײַן משפּחה זענען נישט קיין אמתע פּאָליאַקן, ווײַל זיי זענען פּוילישע ייִדן דערציילן באָבע-מעשׂיות, האָט באַרטאָשעווסקי באַטאָנט.
אַנאַ ביקאָן, די זשורנאַליסטקע פֿון דער „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟, וואָס האָט געפֿירט דעם לעצטן אינטערוויו מיט באַרטאָשעווסקי, דערמאָנט, אַז זי האָט אים באַגלייט אין יאָר 1995 אויף זײַן ערשטער רײַזע ווי דער אויסערן-מיניסטער פֿון דער נײַער פֿרײַער פּוילישער מלוכה. באַרטאָשעוסקי האָט דעמאָלט באַשלאָסן, אַז זײַן ערשטע נסיעה וועט זײַן קיין מדינת-ישׂראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.