די הויפּט־ידיעה אויף דער ייִדישער גאַס אין רוסלאַנד איז, צום באַדויערן, אַ טרויעריקע. דעם 2טן מײַ איז ניפֿטר געוואָרן די וועלט־באַרימטע באַלערינע און איינע פֿון די באַקאַנטסטע פּערזענלעכקייטן פֿון סאָוועטישן ייִדנטום, מײַע פּליסעצקאַיאַ.
זי איז געבוירן געוואָרן אין 1925 אין מאָסקווע. אירע טאַטע־מאַמע זענען רעפּרעסירט געוואָרן (דעם טאַטן האָט מען דערשאָסן, און די מאַמע — פֿאַרשיקט אין לאַגער), און מײַען האָט דערצויגן די מומע. אין די יאָרן פֿון דער מלחמה האָט זי אָנגעהויבן טאַנצן אויף דער סצענע פֿונעם באַרימטן „באָלשוי טעאַטער‟.
זי האָט געטאַנצט די הויפּט־ראָלעס פֿון אַלע קלאַסישע באַלעטן. אין „באָלשוי‟ האָט זי געאַרבעט ביזן יאָר 1988, און דעמיסיאָנירט אין דער עלטער פֿון 63 יאָר — אַן אוניקאַלער פֿאַל פֿאַר אַ באַלערינע. מע געדענקט איר וווּנדערלעכן זעלטענעם סטיל פֿון טאַנץ, איר פּלאַסטישן צונויפֿשמעלץ מיט מוזיק, איר טעאַטראַלן טאַלאַנט, און די אויסערגעוויינטלעכע באַוועגונגען פֿון אירע הענט. זי איז אויך געווען אַ באַלעטמײַסטער און אַ רעזשיסאָר; פּליסעצקאַיאַ האָט אויפֿגעפֿירט עטלעכע באַלעטן אַליין, אָנגעפֿירט מיט באַלעט־טרופּעס פֿון רוימער אָפּערע און „טעאַטראָ ליריקאָ נאַסיאָנאַל‟ אין מאַדריד, און מיטגעאַרבעט מיט די באַרימטע ראָלאַן פּעטי און מאָריס בעזשאַר.
זי איז אַלט געווען 89 יאָר, און אויף נאָוועמבער איז פּלאַנירט געוואָרן אַ פֿײַערלעכער קאָנצערט לכּבֿוד איר יוביליי.
צו אַנדערע נײַעס: אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי איז מען ממשיך מיט דעם ציקל באַגעגענישן „אָדעס אין ייִדישער קולטור‟. די וואָך האָט מען גערעדט וועגן די סאַמע באַרימטע שרײַבערס פֿון אָדעסער ליטעראַרישער שול, און וועגן דעם סאַמע באַרימטן סאָוועטישן זינגער פֿון אָדעס.
די סאַמע באַרימטע שרײַבערס איז געווידמעט די באַגעגעניש, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם מוזיי דעם 29סטן אַפּריל. עס איז דעמאָנסטרירט געוואָרן דער פֿילם „אילפֿיפּעטראָוו‟, וואָס דערציילט פֿון איליאַ אילף און יעווגעני פּעטראָוו (קאַטאַיעוו), די מחברים פֿון די באַרימטע סאָוועטישע ראָמאַנען „צוועלף שטולן‟ און „דער גאָלדענער קאַלב‟. דער רעזשיסאָר ראָמאִַ ליבעראָוו האָט געזאַמלט דאָקומענטן און זכרונות, וואָס דערציילן וועגן די צוויי שרײַבערס, זייערע לעבנס און זייערע רײַזעס, אײַנגעשלאָסן אין אַמעריקע, נאָך וועלכער זיי האָבן אָנגעשריבן דעם בוך „איינשטאָקיקע אַמעריקע‟.
דער העלד פֿון דער צווייטער באַגעגעניש איז געווען לעאָניד אוטיאָסאָוו (ווײַסביין), דער סאָוועטישער זינגער און אַקטיאָר, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין אָדעס. דאָס יאָר פּראַוועט מען 120 יאָר פֿון זײַן געבורטסטאָג. אויף דער באַגעגעניש דעם 6טן מײַ האָט מען צום ערשטן מאָל געוויזן אַ קורצן פֿילם וועגן דעם זינגער, וואָס מ‘האָט געמאַכט ספּעציעל פֿאַר דער אויסשטעלונג פֿון דעם מוזיי; חוץ דעם איז געוויזן געוואָרן איינער פֿון זײַנע נאָך שטומע פֿילמען פֿונעם יאָר 1926, „ספּירקע שפּאַנדערס קאַריערע‟. ספּעציעל פֿאַר דער אונטערנעמונג האָט מען צוגעפּאַסט אַ נײַע מוזיקאַלישע באַגלייטונג צום פֿילם, אויסגעפֿילט אין רעאַלער צײַט.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט. עס הייבט זיך אָן אַן אָנלײַן בילדונג־פּראָיעקט מיטן נאָמען „די וועלט־ליטעראַטור אינעם ליכט פֿון תּנ”כישע, רבנישע און שפּעטערע ייִדישע קוואַלן‟. די ערשטע לעקציע, וואָס קומט פֿאָר די וואָך, איז געווידמעט דער טעמע פֿון רײַזע אין תּנ״ך, פֿילאָסאָפֿיע און אַנטיקישער ליטעראַטור. מע פֿאַרגלײַכט פֿראַגמענטן פֿון מלכים־בוך, פֿון „ליד פֿון גילגאַמעש‟ און דעם בוך פֿונעם גריכישן פֿילאָסאָף פּאַרמעניד, „וועגן דער נאַטור‟. די לעקציעס ווערן דורכגעפֿירט אָנלײַן פֿון ישׂראל, און דער לעקטאָר איז דער היסטאָריקער פֿון ייִדישער קולטור איליאַ דבֿאָרקין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.