לעצטנס, האָבן אַ גאַנצע ריי אָפֿיציעלע פֿאָרשטייער פֿון קאַטאַר, טערקײַ, די „יו־ען‟ און דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, ווי אויך אַ געוועזענער פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דזשימי קאַרטער, אָפּגעשטאַט אַ וויזיט קיין עזה.
דערווײַל האָט זיך אָבער קיינעם פֿון זיי נישט אײַנגעגעבן צו מאַכן שלום צווישן דעם איסלאַמיסטישן „כאַמאַס‟, וואָס קאָנטראָלירט דעם עזה־פּאַס, און „פֿאַטאַך‟ — די פּאַרטיי, וועלכע פֿירט אָן מיט דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע אויפֿן מערבֿ־ברעג און שטיצט מער וועלטלעכע פּראָ-מערבֿדיקע פּאָליטישער דעות.
כּמעט מיט אַ יאָר צוריק, האָבן „כאַמאַס‟ און „פֿאַטאַך‟ אונטערגעשריבן אַ בשותּפֿותדיקן „נאַציאָנאַלן הסכּם‟. למעשׂה, האַלטן אָבער די צוויי פּאַרטייען אין איין קריגן זיך. צוליב דער דאָזיקער אָנגייענדיקער קריגערײַ, טענהט די ישׂראלדיקע רעגירונג, אַז זי האָט נישט קיין פּאַלעסטינער פּאַרטנער פֿאַר די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען.
אַמין מאַקבול, אַ הויכראַנגיקער פֿאָרשטייער פֿון „פֿאַטאַך‟, גלייבט, אַז די „כאַמאַסניקעס‟ זענען נישט פֿאַראינטערעסירט אין קיין פּשרות. אַנשטאָט צו פֿאַראייניקן זיך מיטן מערבֿ־ברעג און מיזרח־ירושלים, כּדי צו שאַפֿן אַ בשותּפֿותדיקע פּאַלעסטינער מלוכה, האָפֿן זיי צו פֿאַרוואַנדלען דעם גאַנצן ראַיאָן אין אַן איסלאַמישן אימיראַט.
פֿון דער צווייטער זײַט, טענהן די פּאָליטיקער פֿון „כאַמאַס‟, אַז דער פּאַלעסטינער פּרעזידענט, מאַכמוד אַבאַס, איז אויך נישט פֿאַראינטערעסירט אין קיין בשותּפֿותדיקע פּלענער. אַנשטאָט צו באַזוכן דעם עזה-פּאַס און אָפּצושמועסן אויף אַ דירעקטן אופֿן מיט די „כאַמאַסניקעס‟, שיקט ער אַהין זײַנע שליחים. הגם אַבאַס האָט אַ גרויסע רעזידענץ אין עזה, וואָס ציט צו דעם אויפֿגעבראַכטן עולם אויף פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציעס, זיצן דאָרטן די קאַבינעט־מיניסטאָרין.
ס׳זעט אויס, אַז די אויסלענדישע דיפּלאָמאַטן זענען נישט בכּוח צו לייזן די סיטואַציע. די צוויי פּאַלעסטינער צדדים מוזן זיך אַליין צונויפֿרעדן. כאַני כאַביב, אַ פּאָליטישער אַנאַליטיקער פֿון עזה, האָט באַמערקט, אַז עס האָט זיך געשאַפֿן אַ געפֿערלעכער מצבֿ, אין וועלכן עס קאָן זײַן גרינגער צו שאַפֿן צוויי באַזונדערע פּאַלעסטינער מלוכות — אינעם עזה־פּאַס און אויפֿן מערבֿ־ברעג. צוליב דעם סיכסוך, איז אויך שווער איבערצובויען די הײַזער אין עזה, וועלכע זענען צעשטערט געוואָרן דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער דורך דער ישׂראלדיקער אַרמיי. די „יו־ען‟ האָט באַקומען אַ רשות מצד ישׂראל אַרײַנצוברענגען די נייטיקע מאַטעריאַלן, לויט וועלכן „פֿאַטאַך‟ מוז איבערנעמען דעם קאָנטראָל איבער די גרענעץ־ און אַדמיניסטראַציע־ענינים אויף דער באָמבאַרדירטער שטאָט. ווי באַלד די צוויי פּאַלעסטינער באַוועגונגען זאָגן זיך אָפּ צו קאָאָפּערירן, קאָן די „יו־ען‟ נישט העלפֿן די תּושבֿים פֿון עזה.
דער 80־יאָריקער אַבאַס האָט באַטאָנט, אַז ער קלײַבט זיך נישט אַרויסצושטעלן זײַן קאַנדידאַטור ווידער. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט ער נאָך נישט באַשטימט די דאַטע פֿון די נײַע פּרעזידענט־וואַלן. „כאַמאַס‟ בלײַבט אָבער גאַנץ פּאָפּולער צווישן די פּאַלעסטינער. אויב די דאָזיקע פּאַרטיי, וואָס די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דער אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד האַלטן פֿאַר אַ טעראָריסטישער אָרגאַניזאַציע, וועט געווינען, וועט דער פּלאַן צו צעטיילן דאָס לאַנד צווישן ישׂראל און אַן אומאָפּהענגיקער פּאַלעסטינער מלוכה זיך אָנשטויסן אויף נײַע שטערונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.