װי נאָר די אַרגענטינער פּרעזידענטין האָט באַשולדיקט די פּרעזידענטן פֿון דער קהילה און פֿון דער „דאַיאַ‟ אין שטיין אין קאָנטאַקט מיט פֿאָנדן, װאָס מאָנען חובֿות פֿון אַרגענטינע און גראָבן אונטער די נאַציאָנאַלע װירטשאַפֿט; און װאָס דער געװעזענער דירעקטאָר פֿון דער „דאַיאַ‟, כאָרכע עלבאַום, האָט אין אַן אינטערװיו פֿאַר דער צײַטונג „זײַט 12‟, װאָס שטיצט די פּאָליטיק פֿון דער רעגירונג, דערקלערט, אַז די פֿירערשאַפֿט פֿון ייִשובֿ און אייניקע אינטעלעקטואַלן באַקומען סובסידיעס פֿון אינטערנאַציאָנאַלע פֿאָנדן, האָט דער אַדװאָקאַט, כואַן לאַבאַקע, זיי אַלעמען אָנגעקלאָגט אין געריכט װי „בוגדים קעגן פֿאָטערלאַנד‟.
כואַן לאַבאַקע איז אַן אַדװאָקאַט, װאָס האָט פֿאַרטיידיקט די נאַציס אין אַרגענטינע, „סקינהעדס‟, װאָס האָבן דורכגעפֿירט אַנטיסעמיטישע אַטאַקעס; מיליטער־לײַט, װאָס זײַנען באַשולדיקט געװאָרן אין פֿאַרברעכנס בעת דער לעצטער מיליטערישער דיקטאַטור, באַשולדיקטע אינעם אַטענטאַט אויף דעם קהילה־בנין און דער געװעזענער פּרעזידענטין, עסטעלאַ מאַרטינעז־פּעראָן.
זײַן טעזע איז, אַז דער אַטענטאַט אויף דער קהילה האָט דורכגעפֿירט דער ישׂראלדיקער „מוסד‟ איבער אינערלעכע קאָנפֿליקטן אין דער מדינה, און אַז אַמעריקע דורך דער “סי־אײַ־איי” האָט אַרײַנגעשיקט דעם פּראָקוראָר ניסמאַן צו באַשולדיקן איראַנען.
אין אַ פּריװאַטן שמועס האָט דער פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟ מיר דערקלערט, אַז ער איז צופֿרידן װאָס לאַבאַקע האָט אים אָנגעקלאָגט, און אַז אין געריכט װעט ער האָבן די מעגלעכקייט אויפֿצוּװײַזן די אַבסורדן פֿון אָט די באַשולדיקונגען.
אויפֿן ביכער־יאַריד קומען פֿאָר לעקציעס און קאָנצערטן. זונטיק, דעם 3טן מײַ האָט די בוענאָס־אײַרעסער קהילה פּרעזענטירט אַ בוך מיט די אַרבעטן פֿון אַ קאָנקורס פֿאַר דער נײַער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור. בײַ אַ פֿול־געפּאַקטן זאַל האָבן די געװינערס פֿאָרגעלייענט זייערע אַרבעטן, מען האָט געװיזן אַ פֿילם מיט די צייכענונגען פֿון באַרימטע מאָלערס, װאָס אילוסטרירן די טעקסטן, און אַ פּאָפּולערע גרופּע אַקטיאָרן װאָס שפּילט פֿאַר קינדער, האָט דורכגעפֿירט אַ צוגעפּאַסטן ספּעקטאַקל.
מיטװאָך דעם 6טן מײַ איז פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט, געװידמעט פֿאָלקס־מוזיק מיט די גרופּעס „משפּחה אוקעלעלעס‟ און „קבלה קלעזמער באַנד‟. דער פּובליקום, בײַ די 1000 מענטשן, האָט גענאָסן פֿון דעם ספּעקטאַקל, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין דעם גרעסטן זאַל פֿון אינטערנאַציאָנאַלן ביכער־יאַריד.
„אַ געװיינטלעכער פּשוטער ייִד‟ איז אַ נישט־געװיינטלעכער דײַטשישער פֿילם פֿון 2005. דאָס איז אַ מאָנאָלאָג פֿון 90 מינוט פֿון אַ זשורנאַליסט, װאָס איז פֿאַרבעטן געװאָרן צו שמועסן מיט די תּלמידים פֿון אַ האַמבורגער מיטלשול אַד״ט „װאָס מיינט זײַן אַ ייִד הײַנט צו טאָג אין דײַטשלאַנד‟. מיט קװענקלענישן באַציט ער זיך צו דער ייִדישער געשיכטע, צום אַנטיסעמיטיזם, חורבן, ישׂראל, ציוניזם און דאָס לעבן פֿון די ייִדן אין דײַטשלאַנד. אין בוענאָס-אײַרעס האָט מען אָנגעהויבן צו שפּילן דעם מאָנאָלאָג אין אַ טעאַטער, אָבער דער אַקטיאָר, געראַרדאָ ראָמאַנאָ, פֿאַרענדיקט זײַן ספּעקטאַקל מיט װערטער, װאָס געפֿינען זיך ניט אינעם אָריגינאַל. ער גיט צו די פֿראַגע: „װי איז מעגלעך, אַז ייִדן, װאָס האָבן אַזוי פֿיל געליטן, פֿירן זיך אויף אַזוי אַכזריותדיק מיט די פּאַלעסטינער?‟
ייִדישע אינסטיטוציעס האָבן שאַרף רעאַגירט און רעקאָמענדירן נישט צו גיין צו די פֿאָרשטעלונגען.
דער אַרגענטינער פּאַרלאַמענט האָט איינשטימיק אַרויסגעגעבן אַ געזעץ, דורך װעלכן די רעגירונג װעט אינדעמניזירן די יורשים פֿון די 85 אומגעקומענע אינעם אַטענטאַט אויפֿן קהילה־בנין. דעם געזעץ האָט מען נישט באַהאַנדלט די לעצטע 8 יאָר. פֿאַרן יוסטיץ־מיניסטער כוליאָ אַלאַק איז דאָס אַ פֿאָרעם צו װײַזן, אַז פֿאַר דער רעגירונג איז ביז גאָר װיכטיק די טעמע, און אַז מען דאַרף נאָך אויספֿאָרשן, װער איז אין דעם שולדיק. דער פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟, כוליאָ שלאָסער, האָט דערקלערט, אַז דאָס געזעץ איז נישט קיין עקאָנאָמישע רעפּאַרירונג װאָס צילט אונטערצוקויפֿן דעם ייִשובֿ, נאָר דאָס איז אַ חובֿ, װאָס דער פּרעזידענט נעסטאָר קירכנער האָט אונטערגענומען בעת אַ טרעפֿונג מיט פֿאָרשטייערס פֿונעם ייִשובֿ און פֿון די געליטענע משפּחות.
זונטיק, דעם 3טן מײַ איז אין דער פּראָװינץ טוקומאַן פֿאָרגעקומען דער יערלעכער צוזאַמענקום פֿון אַרגענטינער ועד־הקהילות. עס האָבן זיך באַטייליקט 45 פֿאָרשטייערס פֿון 27 ייִשובֿים. די הויפּט־טעמעס װאָס זײַנען באַהאַנדלט געװאָרן, זײַנען געװען די ייִדישע דערציִונג, דער שטײַגנדיקער עקאָנאָמישער קריזיס אין לאַנד, דער אַנטיסעמיטיזם, די לאַגע אין מיטעלן מיזרח, און װי אַזוי ניסמאַנס טויט האָט געביטן די באַציִונגען פֿון דער רעגירונג מיט דעם ייִשובֿ. די דעלעגאַטן האָבן באַגריסט דעם ראש־הקהל און דעם פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟ פֿאַר זייערע באַמיִונגען אין פֿאַרטיידיקן דעם כּבֿוד פֿון אַרגענטינער ייִדנטום אין דער קאָמפּליצירטער לאַגע, װאָס איז געשאַפֿן געװאָרן נאָך ניסמאַנס טויט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.