שוין העכער צוואַנציק יאָר קומט פֿאָר אַן אינטענסיווע זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך און קולטור אין מערבֿ־אייראָפּע, יעדעס יאָר אין איינער פֿון דרײַ פֿראַנצויזיש־רעדנדיקע שטעט: שטראַסבורג (אָנגעפֿירט דורכן „לופֿט־טעאַטער‟), בריסל (אָנגעפֿירט דורכן „אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון מאַרטין בובער‟) און פּאַריז (אָנגעפֿירט דורכן „מעדעם־צענטער‟). כאָטש די אַזוי־גערופֿענע „קאָנטינענטאַלע‟ ייִדיש־פּראָגראַם איז שטענדיק דערפֿאָלגרײַך, איז עס פֿאַר קיינעם ניט קיין סוד, אַז דעם גרעסטן אינטערעס רופֿט אַרויס די פּאַריזער פּראָגראַם. די סיבה דערפֿון איז ניט צוליב דעם, וואָס זי קומט פֿאָר אין דער וווּנדער־שיינער „ליכטיקער שטאָט‟ (כאָטש דאָס קען זיכער ניט שאַטן), נאָר דווקא צוליב דער שטאַרקער רעפּוטאַציע פֿון דער „מעדעם־ביבליאָטעק‟.
„ס׳איז פּשוט אַן אינספּיראַציע פֿאַר די סטודענטן, וואָס מע לערנט זיך צווישן 20,000 ייִדישע ביכער, צײַטשריפֿטן, כּתבֿ־ידן און זעלטענע זשורנאַלן‟, האָט דערקלערט ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי, דער פּעדאַגאָגישער אָנפֿירער פֿון דער פּראָגראַם, בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟. „עס באַרויכט די זומער־פּראָגראַם מיט אַ ספּעציעלן גײַסט. און אַחוץ דעם, געניסט די פּראָגראַם פֿון אַ גוטן שם צוליב דעם, וואָס מע קען לעבן מיט ייִדיש, סײַ אין קלאַס און סײַ מחוץ דעם קלאַס‟.
די „מעדעם־ביבליאָטעק‟ איז כּמעט אוניקאַל אין דער הײַנטיקער ייִדיש־וועלט צוליב דעם, וואָס די אָרגאַניזאַציע פֿירט זיך באמת אויף ייִדיש: מער ווי אַ העלפֿט פֿון די רעפֿעראַטן און קלאַסן במשך פֿונעם יאָר קומען פֿאָר אויף ייִדיש; אַלע פּירסום־מאַטעריאַלן ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט סײַ אויף ייִדיש און סײַ אויף פֿראַנצייזיש און די מיטאַרבעטער רעדן צווישן זיך כּמעט אויסשליסלעך ייִדיש. אַזאַ צוגאַנג העלפֿט צוצוציִען די בעסטע לערער און אַ סך אַוואַנסירטע סטודענטן פֿון איבער דער גאָרער וועלט אָנטיילנעמען אין דער זומער־פּראָגראַם אַלע דרײַ יאָר.
„הײַיאָר וועלן מיר האָבן וווּנדערבאַרע לערער‟, האָט ד׳׳ר ניבאָרסקי ענטוזיאַסטיש איבערגעגעבן. מיט די עלעמענטאַרע פּראָגראַמען פֿירן אָן סאָניע פּינקוסאָוויטש־דראַטוואַ פֿונעם ׳בובער־אינסטיטוט׳, און שרון בר־כּוכבֿא פֿון דער העכערער נאָרמאַלשול. מיט דער דריטער מדרגה פֿירט אָן ד״ר חיהלע ביר פֿון „יוניווערסיטי־קאָלעדזש‟ אין לאָנדאָן, און רובי מאָנעט, וואָס לערנט אין דער „מעדעם־ביבליאָטעק‟. מיט די אַוואַנסירטסטע סטודענטן וועלן לערנען חיהלע ביר און ד״ר נאַטאַליאַ קריניצקאַ, וואָס לערנט אינעם „פּאַריזער אוניווערסיטעט‟.
„הײַיאָר וועל איך לערנען וועגן באַשעוויסן און וועגן דער פּראָזע פֿון יאָסל בירשטיין‟ האָט ד״ר ניבאָרסקי דערקלערט. „צום אָנדענק פֿון ה. בנימין (בעסער באַקאַנט ווי ד״ר בנימין הרשבֿ ז״ל) וועלן מיר אַרײַנעמען עפּעס פֿון זײַנע פּאָעזיע־שאַפֿונגען. ס׳וועט זײַן זייער אינטערעסאַנט פֿאַר די ליטעראַטור־קענער און אויך פֿאַר די, וואָס לערנען זיך די שפּראַך‟.
אַחוץ די שפּראַך־קלאַסן גופֿא, וועלן די סטודענטן קענען געניסן פֿון אַ ריי קולטורעלע אַקטיוויטען, ווי אויך רעפֿעראַטן אויף ייִדיש, פֿראַנצויזיש און ענגליש. ווי אַ טייל פֿון די נאָכמיטאָגדיקע פּראָגראַמען, וועלן די סטודענטן אויך קענען אָנטיילנעמען אין פֿאַרשידענע וואַרשטאַטן ווי געזאַנג (אָנגעפֿירט פֿון שורה ליפּאָווסקי), טעאַטער (רפֿאל גאָלדוואַסער) און קאָכן (מיט אַניק פּרים־מאַרגולעס).
די הײַיאָריקע פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען פֿונעם 20סטן יולי ביזן 7טן אויגוסט. כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: //yiddishweb.com/zumerprogram/.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.