נתניהוס נײַע קאָאַליציע

Netanyahu’s New Coalition

אורי אַריאל, דער בויערײַ־מיניסטער, טרעט אויף אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ מיטן ישׂראלדיקן פּרעזידענט, ראובֿן ריוולין, דעם 22סטן מאַרץ. אויף לינקס: איילת שקד.
Hadas Parush/FLASH90
אורי אַריאל, דער בויערײַ־מיניסטער, טרעט אויף אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ מיטן ישׂראלדיקן פּרעזידענט, ראובֿן ריוולין, דעם 22סטן מאַרץ. אויף לינקס: איילת שקד.

פֿון ייִט״אַ

Published May 08, 2015, issue of May 29, 2015.

דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, האָט געשאַפֿן אַ נײַע קאָאַליציע־רעגירונג נאָך אַ פּשרה מיט דער רעכטער פּאַרטיי „הבית היהודי‟ („די ייִדישע היים‟).

מיטוואָך, דעם 6טן מײַ, איז געווען דער לעצטער טאָג, ווען נתניהו האָט געקאָנט אויסקלײַבן זײַן רעגירונג. מיט אַ פּאָר שעה פֿאַר 12 בײַ נאַכט, האָט נתניהו באַשלאָסן אײַנצושטעלן נפֿתּלי בענעט, אַ פֿאָרשטייער פֿון דער דערמאָנטער רעכטער פּאַרטיי, צו דינען ווי אַ בילדונג־מיניסטער, אילת שקד, פֿון דער זעלבער פּאַרטיי, ווי די יוסטיץ־מיניסטאָרין, און אורי אַריאל, דער בויערײַ־מיניסטער אויף דער דריטער מיניסטאָרישער פּאָזיציע. די 39־יאָריקע שקד פֿאַרנעמט זיך מיט פּאָליטישער טעטיקייט בלויז צוויי יאָר.

די קאָאַליציע פֿון 61 מיטגלידער וועט פֿאַרנעמען די מינימאַלע מערהייט פֿון די 120 ערטער אין דער כּנסת. במשך פֿון אַ וואָך דאַרף די נײַע קאָאַליציע ווערן אײַנגעשוווירן, כּדי צו קומען צו דער מאַכט.

מאָנטיק, דעם 4טן מײַ, האָט אַבֿיגדור ליבערמאַן, אַ פֿאָרשטייער פֿון אַן אַנדער רעכטער פּאַרטיי, „ישׂראל ביתנו‟, זיך אָפּגעזאָגט אַרײַנצוטרעטן אין נתניהוס קאָאַליציע. ווי אַ רעזולטאַט, איז די פּראָ־רעליגיעזע פּאַרטיי „הבית היהודי‟, וואָס שטיצט די ייִשובֿים־בויערײַ אויפֿן מערבֿ־ברעג, פֿאַרנומען אַ פֿירנדיק אָרט אין דער רעגירונג.

זײַענדיק אַ פֿאָרשטייער פֿון „ליכּוד‟, האָט נתניהו געמוזט מאַכן געוויסע פּשרות מיט בענעטס פּאַרטיי. די פּאָזיציע פֿונעם אויסערן־מיניסטער בלײַבט דערווײַל ליידיק. די צײַטונג Times of Israel („טײַמס פֿון ישׂראל‟) האָט איבערגעגעבן, אַז נתניהו קלײַבט זיך פֿאָרצולייגן די דאָזיקע פּאָזיציע צו יצחק הערצאָג, וועלכער פֿירט אָן מיט דער „ציוניסטישער מחנה‟, וואָס שטיצט מער די לינק־געשטימטע דעות, אין פֿאַרגלײַך מיטן פּרעמיער און זײַנע אַנדערע שותּפֿים. הערצאָג האָט אָבער באַטאָנט, אַז ער וויל נישט אָננעמען קיין אָרט אינעם קאַבינעט; אַנשטאָט דעם, וויל ער אָנפֿירן מיט דער „גײַסטיקער‟ אָפּאָזיציע.

דער ישׂראלדיקער פּרעזידענט, ראובֿן ריוולין, האָט פֿאַרלענגערט נתניהוס רשות צו שאַפֿן אַ קאָאַליציע. אויב דער פּרעמיער וואָלט זיך פֿאַרשפּעטיקט, וואָלט הערצאָג, מסתּמא, געקאָנט פֿאָרמירן זײַן אייגענע קאָאַליציע, ווײַל די „ציוניסטישע מחנה‟, בראָש מיט הערצאָגן, האָט געוווּנען דאָס צווייטע אָרט אויף די אַנומלטיקע וואַלן, וואָס זענען דורכגעפֿירט געוואָרן אין מאַרץ.