ווען ס’פֿעלט מיר אויס אַ טעמע פֿאַר אַן אַרטיקל, צו וועמען קום איך אָן? צו דזשיגאַן און שומאַכער, פֿאַרשטייט זיך. איינער פֿון זייערע בעסטע סקעטשן, האַלט איך, הייסט, „אַ רענדל אַ וואָרט“, וווּ צוויי שלעפּערס קריגן זיך איבער אַ באַנק אין תּל־אָבֿיבֿ, נאָר בשעת־מעשׂה ברענגען זיי אַרויס נישט איין קלוגן געדאַנק. אָט איז אַן אויסצוג:
דזשיגאַן: איר אַרבעט נישט מער ווי דרײַ טעג אין דער וואָך? און פֿון דעם לעבט איר?
שומאַכער: דאָס איז דאָך מײַן מזל — ווען איך וואָלט געאַרבעט זעקס טעג, וואָלט איך דאָך געשטאָרבן.
ד: אַזוי? איר האָט נישט ליב צו אַרבעטן?
ש: כ’וועל אײַך זאָגן — אַזוי לאַנג ווי די רעגירונג גיט שטיצע פֿאַר די נײַ־געקומענע, וועל איך שוין זען, אַ צווייטער זאָל אַרבעטן.
ד: זענט איר פֿון די נעמערס!
ש: און איר זענט פֿון די געבערס!
ד: אַוודאי, מע דאַרף אַרבעטן. איר ווייסט דאָך ווי מע זאָגט — אַרבעט מאַכט דאָס לעבן זיס.
ש: וואָס זאָל איך טאָן? איך בין נישט קיין נאַשער — כ’האָב נישט ליב קיין זיסע זאַכן…
נו, מאַכט טאַקע אַרבעט ס’לעבן זיס? לאָמיר פֿאַרגלײַכן די סינאָנימען אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן. ס’ייִדישע „אַרבעט“, אַזוי ווי ס’דײַטשישע Arbeit, האָט נישט קיין קלאָרע עטימאָלאָגיע; אָבער מע מיינט, אַז ס’קער זיך אָן, למשל, מיטן פּוילישן robota ‘שווערע, בלאָ־קאָלנערדיקע אַרבעט’ און מיטן רוסישן rab ‘שקלאַף, קנעכט’. (פֿון דעם שורש האָט דער טשעכישער שרײַבער קאַרעל טשאַפּעק טאַקע אויסגעפֿורעמט זײַן נײַשאַפֿונג robot.) ס’אַנדערע פּוילישע וואָרט פֿאַר ‘אַרבעט’, praca, נעמט זיך פֿון אַ שורש טײַטש ‘לײַדן, אָפּקומען’. הייסט עס, אַז דער פּוילישער robotnik ‘בלאָ־קאָלנערדיקער אַרבעטער’ איז אין תּוך אַרײַן אַ שקלאַף, בשעת pracownik ‘ווײַס־קאָלנעדיקער אַרבעטער’ איז איינער וואָס לײַדט! (אַ טשיקאַווער פּרט: ס’ייִדישע „אַרבעט“ איז טײַטש אויף פּויליש praca, בשעת ס’ייִדישע „פּראַצע“ (אין פּוילישן ייִדיש אויך ערטערווײַז אַרויסגערעדט /PRUTSE/) איז גאָר טײַטש robota.)
אויך אויף אַנדערע לשונות אַנטפּלעקט די עטימאָלאָגיע זייער נישט קיין פּאָזיטיווע באַציִונג צו דער אַרבעט. ס’פֿראַנצייזישע travail ‘אַרבעט’ איז קודם געווען טײַטש ‘פּײַניקן’ איז דאָך אַרײַן אין ענגליש מיטן טײַטש ‘אָפּקומעניש’; דאָס אונגערישע munka ‘אַרבעט’ נעמט זיך פֿונעם סלאַווישן שורש, וואָס איז אויף רוסיש muka און אויף פּויליש męka, טײַטש ‘אָפּקומען’ — פֿון דעם שורש וואַקסט דאָך אויך ס’ייִדישע „מוטשען“.
דאַכט זיך, אַז צווישן די אונדז באַקאַנטע לשונות איז בלויז ס’ענגלישע work נייטראַל און נישט קיין סינאָנים פֿון „לײַדן“. ס’ענגלישע קער זיך, אַגבֿ, אָן מיטן גריכיש־שטאַמיקן erg, וואָס דאָס איז דאָך אַן איינס פֿון דער וויסנשאַפֿטלעכער השׂגה work. הײַנט דער גריכיש־שטאַמיקער, כּלל־אייראָפּעיִשער נאָמען George, וואָס איז טײַטש ‘ערדאַרבעטער’ — geo איז טײַטש ‘ערד’, ווי, אַ שטייגער, אין „געאָלאָגיע“ און „געאָגראַפֿיע“.
און דאָס ייִדישע „ווערק“? דאָס איז טײַטש ‘פּראָדוקט פֿון דער אַרבעט, ספּעציעל קונסטווערק אד”גל’. אַזוי אויך ס’דײַטשישע Werk, פֿון דער זעלביקער משפּחה, וואָס ס’ענגלישע work. אויף דײַטש און ענגליש זענען זיי דאָך אויך סופֿיקסן: אַ שטייגער, fireworks און Feuerwerk. ייִדיש האָט טאַקע פֿון דײַטש אַרײַנגענומען „פֿײַערווערק“, אָבער דער אויטענטישער ייִדישער עקוויוואַלענט איז „־וואַרג“: די אַלטע „קליינוואַרג, יונגוואַרג, שוכוואַרג, רויכוואַרג“, ווי אויך די נעאָלאָגיזמען „ברענוואַרג, רויוואַרג, אויפֿרײַסוואַרג“ אאַז”וו. (צו דער משפּחה געהערן אויך „ווירקן“ (אין עלטערן ייִדיש: „ווערקן“), „ווירקלעכקייט“ אד”גל, וואָס למען־האמת ווײַכט פֿון זיי דער שרײַבער פֿון די שורות.)
פֿון דער אַסאָציאַציע אַַרבעט מיט אָפּקומען האָט זיך אַפֿילו לשון־קודש נישט געקענט אַרויסדרייען. „עבֿודה“ אַליין איז טאַקע טײַטש ‘דינען גאָט, דאַוונען, מתפּלל זײַן’, און „עבֿודה־זרה“ איז ‘געצן־דינערײַ’; אָבער דער לשון־קודשדיקער שורש, טײַטש ‘אַרבעט’, קער זיך אָן מיט „עבֿד“ ‘שקלאַף’. אין דער הגדה זאָגן מיר דאָך „עבֿדים היינו לפֿרעה במצרים“ ‘שקלאַפֿן זענען מיר געווען בײַ פּרעהן אין מצרים’. וואַקסט, הייסט עס, דאָס געהויבענע „עבֿודה“ פֿון גאָר נישט קיין געהויבענע וואָרצלען.
דער אויספֿיר? אפֿשר איז דזשיגאַן גערעכט, אַז אַרבעט מאַכט ס’לעבן זיס, אָבער שומאַכערס צוגאַנג שטימט מיט דעם, וואָס מיר זעען פֿון דער היסטאָריע פֿון די שייכדיקע ווערטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.