ווען ס’פֿעלט מיר אויס אַ טעמע פֿאַר אַן אַרטיקל, צו וועמען קום איך אָן? צו דזשיגאַן און שומאַכער, פֿאַרשטייט זיך. איינער פֿון זייערע בעסטע סקעטשן, האַלט איך, הייסט, „אַ רענדל אַ וואָרט“, וווּ צוויי שלעפּערס קריגן זיך איבער אַ באַנק אין תּל־אָבֿיבֿ, נאָר בשעת־מעשׂה ברענגען זיי אַרויס נישט איין קלוגן געדאַנק. אָט איז אַן אויסצוג:
דזשיגאַן: איר אַרבעט נישט מער ווי דרײַ טעג אין דער וואָך? און פֿון דעם לעבט איר?
שומאַכער: דאָס איז דאָך מײַן מזל — ווען איך וואָלט געאַרבעט זעקס טעג, וואָלט איך דאָך געשטאָרבן.
ד: אַזוי? איר האָט נישט ליב צו אַרבעטן?
ש: כ’וועל אײַך זאָגן — אַזוי לאַנג ווי די רעגירונג גיט שטיצע פֿאַר די נײַ־געקומענע, וועל איך שוין זען, אַ צווייטער זאָל אַרבעטן.
ד: זענט איר פֿון די נעמערס!
ש: און איר זענט פֿון די געבערס!
ד: אַוודאי, מע דאַרף אַרבעטן. איר ווייסט דאָך ווי מע זאָגט — אַרבעט מאַכט דאָס לעבן זיס.
ש: וואָס זאָל איך טאָן? איך בין נישט קיין נאַשער — כ’האָב נישט ליב קיין זיסע זאַכן…
נו, מאַכט טאַקע אַרבעט ס’לעבן זיס? לאָמיר פֿאַרגלײַכן די סינאָנימען אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן. ס’ייִדישע „אַרבעט“, אַזוי ווי ס’דײַטשישע Arbeit, האָט נישט קיין קלאָרע עטימאָלאָגיע; אָבער מע מיינט, אַז ס’קער זיך אָן, למשל, מיטן פּוילישן robota ‘שווערע, בלאָ־קאָלנערדיקע אַרבעט’ און מיטן רוסישן rab ‘שקלאַף, קנעכט’. (פֿון דעם שורש האָט דער טשעכישער שרײַבער קאַרעל טשאַפּעק טאַקע אויסגעפֿורעמט זײַן נײַשאַפֿונג robot.) ס’אַנדערע פּוילישע וואָרט פֿאַר ‘אַרבעט’, praca, נעמט זיך פֿון אַ שורש טײַטש ‘לײַדן, אָפּקומען’. הייסט עס, אַז דער פּוילישער robotnik ‘בלאָ־קאָלנערדיקער אַרבעטער’ איז אין תּוך אַרײַן אַ שקלאַף, בשעת pracownik ‘ווײַס־קאָלנעדיקער אַרבעטער’ איז איינער וואָס לײַדט! (אַ טשיקאַווער פּרט: ס’ייִדישע „אַרבעט“ איז טײַטש אויף פּויליש praca, בשעת ס’ייִדישע „פּראַצע“ (אין פּוילישן ייִדיש אויך ערטערווײַז אַרויסגערעדט /PRUTSE/) איז גאָר טײַטש robota.)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.