ווען ד״ר יוסי חיות, אַ ייִדישער היסטאָריקער אינעם חיפֿהר אוניווערסיטעט, וויל איבערקוקן די קבלה־מגילות פֿונעם 16טן יאָרהונדערט פֿאַר זײַנער אַ פֿאָרש־אַרבעט, ווייסט ער פּונקט וווּהין צו גיין. ער פֿאָרט אַריבער קיין ניו־יאָרק, און פֿאַרברענגט אַ טאָג־צוויי אין דער ביבליאָטעק פֿונעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, באַקאַנט אויף ענגליש ווי JTS. „זי איז איינע פֿון די בעסטע פֿאָרש־ביבליאָטעקן אויף דער וועלט,‟ זאָגט ער.
טאַקע דערפֿאַר איז אים געווען אַ חידוש, ווען ער האָט, אין אַפּריל, עטלעכע טעג פֿאַר זײַן וויזיט, באַקומען אַ בליצבריוו פֿון אַן אָנגעשטעלטן אין דער ביבליאָטעק, וואָס האָט געוואָרנט: „אויב דו ווילסט זען די מגילות, מוזסטו איצט קומען, ווײַל די צעשטער־מאַשין איז שוין אויפֿן וועג…‟
זינט דער ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר — די הויפּט־רבנים־שול פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג — האָט געמאָלדן אין יאַנואַר, אַז מע וועט אַראָפּרײַסן איר וועלט־באַרימטע ביבליאָטעק און בויען אַ שפּאָגל־נײַע, אויסגעשטאַט מיט דער לעצטער טעכנאָלאָגיע, האָט עס בײַ געוויסע מענטשן אַרויסגערופֿן באַגײַסטערונג, אָבער בײַ אַנדערע — אַ ממשותדיקע זאָרג.
דאָס איבערבויען די ביבליאָטעק איז בלויז איין טייל פֿון אַ ריזיקן פּראָיעקט, וואָס דער „סעמינאַר‟ האָט זיך אונטערגענומען, אין וועלכן ס׳וועלן פֿאַרקויפֿט ווערן צוויי פֿון זײַנע אינטערנאַט־בנינים (און נאָך וויכטיקער — די לופֿט־רעכט) צו בוי־אונטערנעמער, וואָס וועלן דערנאָך אַראָפּרײַסן די געבײַדעס, און אַנשטאָט זיי — אויפֿשטעלן אַ הויכן בנין, וואָס וועט אַרײַננעמען די נײַע ביבליאָטעק, אַ קאָנפֿערענץ־צענטער און אַן אינטערנאַט. די העכערע גאָרנס וועט דער אונטערנעמער מסתּמא פֿאַרוואַנדלען אין קאָנדאָמיניומס.
פֿונעם קוקווינקל פֿונעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, איז פֿאַרשטענדלעך פֿאַר וואָס די פֿאַרוואַלטונג האָט באַשלאָסן צו פֿאַרקויפֿן די בנינים און בויען אַ נײַעם. זינט דעם פֿינאַנציעלן קריזיס פֿון 2008, האָט די אינסטיטוציע געליטן פֿון אַ צאָל פֿינאַנציעלע שוועריקייטן. אין 2010, למשל, איז אַנטפּלעקט געוואָרן, אַז דער „סעמינאַר‟ האָט אַ דעפֿיציט פֿון 3.8 מיליאָן דאָלאַר; האָט מען, ווי אַ רעזולטאַט, באַזײַטיקט עטלעכע הויך־ראַנגיקע פּאָסטנס פֿון דער חזנות־שול.
אין דער זעלבער צײַט איז אָבער די געגנט אַרום דעם טעאָלאָגישן סעמינאַר — דרום־האַרלעם — ממשותדיק אויפֿגעלעבט געוואָרן, און במילא זענען די פּרײַזן פֿון הײַזער אויך שטאַרק געשטיגן. „דאָס איז אַ מתּנה, וואָס איז ממש אַרײַנגעפֿאַלן אינעם שויס פֿון דער JTS־פֿאַרוואַלטונג,‟ האָט ד״ר יהודית האַופּטמאַן, אַ תּלמוד־פּראָפֿעסאָרין אינעם „סעמינאַר‟, באַמערקט.
נאָך לאַנגע דיסקוסיעס, האָט די פֿאַרוואַלטונג באַשלאָסן, אַז דער איבערבוי־פּראָיעקט איז אַ גאָלדענע געלעגנהייט צו שאַפֿן אַ נײַעם סאָרט ביבליאָטעק, בעסער צוגעפּאַסט צום 21סטן יאָרהונדערט. לויטן פּלאַן, וועט מען ווײַטער דיגיטאַליזירן כּמעט אַלע ביכער און מאַנוסקריפּטן (אַ פּראָיעקט, וואָס מע האָט אָנגעהויבן נאָך מיר יאָרן צוריק), כּדי די אַקאַדעמיקער און סטודענטן איבער דער וועלט זאָלן קענען פֿאָרשן זייערע טעמעס, אָן צו דאַרפֿן פֿיזיש זײַן אין בנין.
„אין דער נײַער ביבליאָטעק וועלן אַלע ביכער און מאַטעריאַלן שוין זײַן דיגיטאַליש צוטריטלעך,‟ האָט ד״ר דוד קריימער, דער דירעקטאָר פֿון דער ביבליאָטעק, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „דערצו וועט מען די זעלטענע זאַמלונגען קענען זען סײַ דורך דיגיטאַלישע אימאַזשן, סײַ אין דער פֿיזישער פֿאָרם.‟ די ביכער, וואָס ווערן ווייניק געניצט הײַנט אין JTS — ווי, למשל, ביכער וועגן דעם קריסטלעכן גלויבן אָדער קריסטלעכער געשיכטע — וועלן זײַן צוטריטלעך בלויז דיגיטאַליש, האָט קריימער צוגעגעבן.
מע וועט אויך אַרײַנשטעלן אַ סך מער קאָמפּיוטערס ווי הײַנט, און בויען ספּעציעלע „קאָנפֿערענץ־סטאַנציעס‟, וווּ סטודענטן קענען שמועסן און קאָלאַבאָרירן בײַ זייערע פּראָיעקטן, ווײַל אַ סך סטודענטן האָבן אויסגעדריקט אַן אינטערעס אין אַזאַ זאַך. דערצו, וועט דער קוראַטאָר פֿון דער ביבליאָטעק אָרגאַניזירן עפֿנטלעכע אויסשטעלונגען פֿון די זעלטענע ביכער און מאַנוסקריפּטן, כּדי מענטשן, וואָס זענען נישט פֿאַרבונדן מיט JTS, זאָלן אַליין קענען באַוווּנדערן די אוצרות, וואָס זענען ביז איצט געלעגן באַהאַלטן אויף די פּאָליצעס.
די האָפֿענונג איז, אַז ווען דער ברייטער עולם וועט זיך באַקענען מיט די ספּעציעלע אייגנשאַפֿטן פֿונעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, וועט עס צוציִען מער סטודענטן און מער פֿאָנדן — און במילא באַרײַכערן זײַן עולמות־פֿאָנד.
הויפּטמאַן זעט בכלל נישט קיין פּראָבלעם מיטן פּלאַן ממשותדיק צו ענדערן די ביבליאָטעק. „דעם אמת געזאָגט, טוען ס׳רובֿ סטודענטן הײַנט סײַ־ווי זייער פֿאָרש־אַרבעט ׳אָנלײַן׳,‟ האָט ד״ר האַופּטמאַן באַמערקט. דרײַ מאָל אַ וואָך לערנט זי אַ קלאַס אויפֿן צווייטן שטאָק פֿון דער ביבליאָטעק, און אַחוץ די סטודענטן פֿון איר קלאַס, זעט זי דאָרט כּמעט קיינעם נישט.
די זאָרג פֿון געוויסע אַקאַדעמיקער איז נישט אַזוי פֿיל וועגן דעם פֿאָרמאַט פֿון דער נײַער ביבליאָטעק, נאָר וועגן די בערך דרײַ יאָר, צווישן דער צײַט, ווען מע וועט אַראָפּרײַסן די אַלטע ביבליאָטעק, ביז מע וועט עפֿענען די נײַע. ד״ר קריימער האָט דערקלערט, אַז אַלע מאַטעריאַלן פֿון דער באָרג־ביבליאָטעק וועלן במשך פֿון דער צײַט נאָך אַלץ זײַן צוטריטלעך. „אַבי מע באַשטעלט דאָס בוך אָדער מאַנוסקריפּט אין פֿאָרויס, וועט מען דעם צווייטן טאָג קענען קומען אין ביבליאָטעק עס אָפּנעמען,‟ האָט קריימער געזאָגט.
מיט די זעלטענע זאַמלונגען ווי, למשל, די מגילות פֿונעם 16טן יאָרהונדערט, וואָס ד״ר חיות פֿאָרשט, איז אָבער מער קאָמפּליצירט. „מיר האָבן דאָ זייער טײַערע זאַמלונגען, און אונדזער ערשט אַחריות איז צו פֿאַרזיכערן, אַז די חפֿצים וועלן נאָך פֿאַרבלײַבן אין אַ גוטן מצבֿ אויף לאַנגע יאָרן,‟ האָט קריימער דערקלערט. „דערפֿאַר וועלן מיר יענע מאַטעריאַלן נישט קענען ברענגען פֿון סקלאַד, ווײַל דאָס רוקן זיי פֿון איין אָרט צום צווייטן קאָן זיי קאַליע מאַכן. בעת די דרײַ יאָר וועלן מיר אָבער יאָ פֿאַרזיכערן, אַז אַלע זעלטענע מאַנוסקריפּטן זאָלן זײַן צוטריטלעך דורך דיגיטאַלישע אימאַזשן, סײַ פֿון די אָריגינעלע מאַטעריאַלן, סײַ פֿון די מיקראָפֿילמען פֿון די מאַנוסקריפּטן.‟
„און אויב די פֿאָרשער ווילן דווקא זען דעם פֿיזישן מאַנוסקריפּט, נישט בלויז די דיגיטאַלישע אימאַזשן דערפֿון, וועלן מיר זיי גערן זאָגן, אין וועלכע ביבליאָטעקן זיי קענען געפֿינען די זעלבע אָדער ענלעכע זאַכן,‟ האָט קריימער צוגעגעבן.
פֿאַר ד״ר חיות איז דאָס אָבער אַ קנאַפּער טרייסט. „מענטשן מיינען, אַז אַלץ קען מען הײַנט געפֿינען אויף דער אינטערנעץ, אָבער ס׳איז פּשוט נישט אמת,‟ האָט ער באַמערקט. „די פֿאָרש־אַרבעט וואָס איך טו — בפֿרט, די קבליסטישע דיאַגראַמען פֿונעם 16טן יאָרהונדערט — איז אַ שטח, וואָס איז ביז איצט ווייניק אויסגעפֿאָרשט געוואָרן, און דערפֿאַר קען איך זיך נישט פֿאַרלאָזן אויפֿן עלעקטראָנישן קאַטאַלאָג. און אַפֿילו אויב מע האָט יאָ דיגיטאַליזירט אַ געוויסן מאַנוסקריפּט, זענען דאָ מעלות, ווען אַ פֿאָרשער האַלט דעם אָריגינעלן מאַנוסקריפּט אין די אייגענע הענט. אַ מאָל טרעפֿט, למשל, אַז אויף דער צווייטער זײַט פֿונעם מאַנוסקריפּט האָט עמעצער עפּעס אָנגעשריבן מיט דער האַנט, און דאָס קען מען נישט זען פֿון דעם דיגיטאַליזירטן אימאַזש.‟
בעת זײַן לעצטן וויזיט, האָט חיות טאַקע געפֿונען דרײַ „אמתע אוצרות,‟ האָט ער געזאָגט. „צוויי זענען געווען מגילה־פֿראַגמענטן פֿון אויסערגעוויינטלעכע קבלה־דיאַגראַמען — ממש קינסטלערישע ווערק. און דער דריטער איז געווען אַ דיאַגראַם געחתמעט פֿונעם רמח״ל, אין זײַן ספֿר ׳מסילת ישרים׳, אַ מוסר־בוך פֿונעם 18טן יאָרהונדערט אין איטאַליע. ווען מע וואָלט מיר נישט דערלויבט צו זען די אָריגינעלע מאַנוסקריפּטן, וואָלט איך די זאַכן זיכער נישט געפֿונען.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.