לעצטנס, לייען איך אַלץ אָפֿטער, ווי פֿרומע ייִדן טענהן, אַז מיר ייִדישיסטן ניצן אויס ייִדיש לטובֿת זיך אַליין: מיט גרויס פּאַראַד, מיט לאָזונגען און דעקלאַראַציעס מאַכן מיר דעם אָנשטעל, אַז מיר „ראַטעווען‟ ייִדיש און טוען אויף גרויסע זאַכן, ווען אַלע ווייסן, אַז ייִדיש לעבט הײַנט באמת נאָר בײַ די חסידים, און אונדז גייט עס, דער עיקר, אינעם געלט, וואָס מיר לייגן צו זיך אַרײַן אין קעשענע; און פֿון אונדזער שנאָרערײַ לעבן מיר אַ גוטן טאָג. נאָך ערגער: מיר פֿאַרדינען כּלומרשט אויפֿן חשבון פֿון די ייִדישע קדושים, די אומגעקומענע אין חורבן; און גרייסן זיך דערמיט, אַז מיר זײַנען ממשיך זייער קולטור־ירושה, כאָטש אין דער אמתן, זײַנען מיר גרויסע עם־הארצים.
די דאָזיקע טענות פֿאַרדינען אַן ענטפֿער, ווײַל דער חשד פֿון די פֿרומע קריטיקער איז ניט אין גאַנצן אומבאַרעכטיקט: די ייִדישיסטישע אָרגאַניזאַציעס לעבן אין אַ גרויסער מאָס פֿון פֿרײַוויליקע בײַשטײַערן, און אין דער פּראָפּאַגאַנדע־ליטעראַטור, וואָס ווערט צעשיקט, כּדי צו שנאָרען געלט, שאַפֿט מען אַ בילד, וואָס שטימט ניט אין גאַנצן מיטן אמת. למשל, די הונדערטער טויזנטער חסידים אויף דער וועלט, וואָס רעדן ווײַטער ייִדיש, ווערן געוויינטלעך ניט דערמאָנט, ווײַל מע האָט מורא, טאָמער וועלן די לאַנגע בערד און פּאות אָפּשרעקן די וועלטלעכע געלטגעבער.
איז קודם כּדאַי צו באַמערקן, אַז געוויסע ייִדישיסטישע אָרגאַניזאַציעס האָבן בפֿירוש אַ פּאָזיטיווע באַציִונג צו די חסידים און צו פֿרומקייט, ווי, למשל, די „ייִדיש־פֿאַרם‟. אַפֿילו אונדזער „פֿאָרווערטס‟, וואָס האָט אין די ערשטע יאָרן געפּרעדיקט סאָציאַליזם און וועלטלעכקייט, איז נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה געוואָרן וואַרעמער צו רעליגיע, און די לעצטע צוויי יאָר האָבן מיר אַ חסידישן בלאָג, „אידיש מיט אן א‟. אויך אין די אַנדערע אָפּטיילן פֿון דער צײַטונג זײַנען די סאַמע פּאָפּולערסטע אַרטיקלען ס׳רובֿ וועגן חסידים — וועגן דעם האָבן מיר געמאַכט אַ שטיקל אויספֿאָרשונג. און ווער זײַנען די דאָזיקע טויזנטער לייענער אונדזערע אין אינטערנעץ — ניט קיין חסידים? צום באַדויערן, זײַנען ניט פֿאַרבליבן צו פֿיל אַנדערע.
וואָס שייך שנאָרען — הלוואַי וואָלטן מיר בעסער געשנאָרעט! צוליב דער „פֿרײַער‟ אַמעריקאַנער סיסטעם ווערן די קולטור־אינסטיטוציעס זייער ווייניק אָדער גאָרניט געשטיצט מיט מלוכישע פֿאָנדן, איז יעדע אָרגאַניזאַציע אָפּהענגיק פֿון פֿרײַוויליקע בײַשטײַערן. אין אַזאַ אַטמאָספֿער, וווּ יעדער דאַרף זיך פֿאַרקויפֿן אויפֿן פֿרײַען מאַרק, איז ניט אויסצומײַדן, אַז דער אמת זאָל ווערן אַ ביסל (אָדער אַ סך) פֿאַרקרימט — פּונקט ווי אין אַלע רעקלאַמעס פֿאַר אַלע פּראָדוקטן און פּאָליטיקער.
מיטן אויסנאַם פֿונעם „ביכער־צענטער‟, וואָס איז אַ גרויסע בריה אינעם שאַפֿן געלט (הלוואַי ווײַטער נישט ערגער), ווייסן די אַנדערע ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס נאָך ניט ווי אַזוי צו שנאָרען ווי געהעריק. דאָס איז אַ קונסט, וואָס מע דאַרף זי שטודירן, מע קען ניט סתּם נעמען די טאָרבע אין האַנט און גיין איבער די הײַזער. ווען מיר, ייִדישיסטן, וואָלטן געקענט די מלאָכה אַזוי גוט ווי די ישיבֿה־לײַט אָדער די ציוניסטן, וואָלטן מיר געבויט פּיתום מיט רעמסס — נאָר דערווײַל קענען מיר אַפֿילו ניט ראַטעווען דעם בנין פֿונעם ייִדישע אַקטיאָרן־פֿאַראיין.
וועגן דעם „פֿאָרווערטס‟ ווייס איך צו זאָגן, אַז די ייִדישע צײַטונג אַליין דערלייגט יעדעס יאָר אויף אונדז אַלעמען געזאָגט געוואָרן, און דאָס איז אַ גרויסער פּרײַז, וואָס די „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע איז גרייט צו צאָלן, כּדי צו שטיצן ייִדיש. קיינער ווערט ניט רײַך דערפֿון: די ענגלישע שרײַבער פֿאַר די צײַטונגען פֿאַרדינען, בדרך־כּלל, היפּש גרעסערע סומעס ווי אונדזערע ייִדישע שרײַבער. ניט גערעכט זײַנען יענע, וואָס מיינען געוויינטלעך, אַז די ייִדישע צײַטונג ווערט געשטיצט אַ דאַנק דער ענגלישער אויסגאַבע…
ס׳רובֿ אָנגעשטעלטע פֿון די ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס און ס׳רובֿ ייִדיש־לערערס קענען עדות זאָגן, אַז זיי אַרבעטן מער פֿאַר דער ליבע צו דער זאַך, ווי צוליב זייערע שׂכירות, וואָס קענען זײַן גאַנץ נידעריק. זיי וואָלטן כּמעט זיכער בעסער פֿאַרדינט אין אַן אַנדער בראַנזשע, אַזוי אַז ס׳איז ניטאָ דאָ וואָס חושד צו זײַן.
וואָס שייך עם־הארצות, איז די טענה באַרעכטיקט פֿאַר אַ טייל ייִדישיסטן, אַני בתוכם, וואָס האָבן ניט געלערנט צו פֿיל גמרא, תּנ”ך, מדרשים אאַז”וו. אָבער עס זײַנען אויך דאָ אַזעלכע ייִדישיסטן, וואָס זײַנען באַהאַוונט אין די שוואַרצע פּינטעלעך, און אַפֿילו די אַנדערע, וואָס זײַנען קנאַפּע לומדים, קענען זיך אָפֿט אויס אויף אַנדערע געביטן: ליטעראַטור, געשיכטע, קאָמפּיוטערײַ און נאָך. אַ דאַנק זייער ברייטערער דערציִונג און פּערספּעקטיוו, קענען די ייִדישיסטן באַרײַכערן די ייִדישע קולטור מיט אַנדערע ווערטן און וויסנשאַפֿטן, אַפֿילו מיט אַזאַ פּשוטער זאַך ווי — גראַמאַטיק. מיר דאַכט זיך, אַז ס׳איז אין ערגעץ ניטאָ אַזאַ געדיכטע קאָנצענטראַציע פֿון אינטעליגענטע און אינטערעסאַנטע מענטשן, ווי בײַ אונדז ייִדישיסטן. דעריבער איז געוווּנטשן, אַז וואָס מער מענטשן זאָלן קומען „אויסניצן‟ ייִדיש, ווײַל וואָס מער אַ שפּראַך ווערט געניצט, אַלץ רײַכער ווערט עס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.