עוואַ מעיער געדענקט, אַז ווען זי איז אויסגעוואַקסן אין דײַטשלאַנד, ווען דער בערלינער מויער איז שוין בטל געוואָרן, האָט זי אַ סך געלערנט וועגן דעם ייִדישן חורבן אין דער שול. די תּלמידים האָבן געהערט די זכרונות פֿון דער שארית־הפּליטה און געדאַרפֿט שרײַבן אייגענע עסייען וועגן דעם חורבן. מעיער האָט דערפֿילט גרויס עגמת־נפֿש און שולד, ווען זי האָט זיך דערוווּסט וועגן די שוידערלעכע מעשׂים, וואָס די דײַטשן האָבן אָפּגעטאָן בשעת דער מלחמה.
אין די שול־יאָרן, האָט מעיער אויך כּסדר געהערט, אין שײַכות מיט די חורבן־לימודים, אַז צוליב דער פֿינצטערער געשיכטע פֿון דײַטשלאַנד, מוזן די דײַטשן תּמיד שטיצן ייִדן און מדינת־ישׂראל. שפּעטער אָבער, ווען זי האָט זיך דערוווּסט וועגן דער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע פֿון די פּאַלעסטינער שטחים, האָט זי אָנגעהויבן צו צווייפֿלען. אַזוי ווי אַ טייל אַנדערע לינק־געשטימטע מענטשן אין מערבֿ־אייראָפּע, ווייסט זי נישט, וועלכן צד פֿונעם מיטל־מיזרחדיקן קאָנפֿליקט צו שטיצן.
אַלעקס פֿויערהערדט, אַ זשורנאַליסט און מחבר פֿון קעלן, צווייפֿלט צוליב אַן אַנדער סיבה. ער פֿלעגט זיך באַטייליקט אין פּראָטעסט־אונטערנעמונגען, אָרגאַניזירט דורך געוויסע מענטשן, וואָס האַלטן זיך פֿאַר אַנטי־פֿאַשיסטן. ווען עס גייט אַ רייד וועגן ישׂראל, באַנוצן זיי זיך אָבער, לויט זײַנע ווערטער, מיט אַנטיסעמיטישער רעטאָריק. די עיקר־סיבה פֿונעם שפּאַלט צווישן די פּראָ־ישׂראלדיקע און אַנטי־ישׂראלדיקע דײַטשע לינקע בלײַבט אָבער די היסטאָרישע פֿאַרבינדונג פֿון זייער לאַנד מיטן ייִדישן חורבן. די דײַטשישע קריטיקער פֿון ישׂראל האַלטן, אַז זײַענדיק בירגער פֿון אַ לאַנד, וואָס איז באַגאַנגען שוידערלעכע מלחמה־פֿאַרברעכנס, ליגט אויף זייערע פּלייצעס דאָס אַחריות צו באַקעמפֿן די מיליטערישע אָקופּאַציע אין אַנדערע לענדער, אַרײַנגערעכנט פּאַלעסטינע. להיפּוך, גלייבן אַ טייל אַנדערע, אַז דווקא צוליב דער פֿינצטערער חורבן־געשיכטע פֿון זייער לאַנד מוזן זיי פֿאַרטיידיקן די ייִדישע מלוכה.
לויט די באַפֿעלקערונג־אויספֿרעגן, באַציִען זיך 62 פּראָצענט דײַטש נעגאַטיוו צו ישׂראל. דער דײַטשישער זשורנאַל „שטערן‟ האָט אויסגעפֿונען אינעם יאָר 2012, אַז 59 פּראָצענט בירגער פֿון דײַטשלאַנד האַלטן, אַז מדינת־ישׂראל איז אַן אַגרעסיווע מלוכה, וואָס נעמט נישט אין באַטראַכט די אינטערעסן פֿון אַנדערע לענדער.
מעיער, אַ 37־יאָריקער בערלינער באַאַמטע פֿונעם סאָציאַלן דינסט, האָט באַזוכט אַן אויסשטעלונג פֿון דער ישׂראלדיקער אָרגאַניזאַציע „שובֿרים שתּיקה‟, וואָס באַשטייט פֿון קריטיש־געשטימטע צה״ל־וועטעראַנען. די געוועזענע ישׂראלדיקע מיליטער־לײַט האָבן איר פּערזענלעך דערציילט וועגן „די געפֿערלעכע עוולות‟, וואָס ישׂראל האָט געטאָן די פּאַלעסטינער אויף די אָקופּירטע שטחים. זי דערמאָנט זיך, אַז זי האָט זיך צעוויינט, ווען זי האָט דערזען בילדער און אויסגעהערט געשיכטעס פֿון די עדות־זאָגער. דערנאָך האָט זי זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער דאָזיקער טעמע און אויסגעפֿונען מער אינפֿאָרמאַציע אויף די ישׂראלדיקע וועבזײַטן פֿון אַזעלכע מענטשנרעכט־גרופּעס, ווי „בצלם‟. נאָך דער לעצטער מלחמה אין עזה, דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, האָט זי אָנגעהויבן זיך אַקטיוו באַטייליקן אין דער אַנטי־ישׂראלדיקער בויקאָט-באַוועגונג.
להיפּוך, באַטאָנט פֿויערהערדט, אַ 45־יאָריקער לינקער שרײַבער, אַז די בויקאָט־אַקטיוויסטן טרײַבן איבער די מאָס. דערצו, גלייבט ער, אַז זײַענדיק אַ דײַטש מוז ער געדענקען דעם חורבן און פֿאַרטיידיקן די ייִדישע מלוכה. יאַן ליכטוויץ, אַ יונגער בערלינער סאָציאַל־דעמאָקראַט, פֿאַרנעמט אַ מיטעלע פּאָזיציע. הגם ער גלייבט נישט, אַז דער חורבן דאַרף משפּיע זײַן אויף דער הײַנטיקער פּאָליטיק, מיינט ער, אַז די בויקאָטירער פֿירן זיך אויף דעסטרוקטיוו. אַנשטאָט צו פֿאַראייניקן די ישׂראלים און פּאַלעסטינער, פֿאַרשאַרפֿן זיי ווײַטער דער קאָנפֿליקט.
אַזוי צי אַזוי, אין פֿאַרגלײַך מיט ענגלאַנד, וואָס פּראָ־פּאַלעסטינער דעות זענען פֿאַקטיש געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿונעם לינקן אַקטיוויזם, בלײַבט עס פֿאַר אַ סך דײַטשישע לינקע אַן אומבאַקוועמע טעמע. מעיער האָט צוגעגעבן, אַז ווען געוויסע מענטשן, אַרײַנגערעכנט קרובֿים און נאָענטע פֿרײַנד, באַמערקן, אַז זי פֿאַרטיידיקט די פּאַלעסטינער אויפֿן „פֿייסבוק‟, באַשולדיקן זיי זי אין „אַנטיסעמיטיזם‟, ווײַל זיי גלייבן, אַז אַ דײַטש טאָר זיך נישט פֿאַרנעמען מיט אַזאַ טעטיקייט, אויב אַפֿילו אירע טענות צו מדינת־ישׂראל זענען באַרעכטיקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.