אַ האַלב מיליאָן פֿאַר זיכערהייט פֿון מעלבורנער ייִדן

Australia Offers $500,000 To Melbourne Jewish Center

דער קעכערײַ־צענטער בײַם ייִדישן קהילה־צענטער „בית ווײַצמאַן‟ אין מעלבורן
Facebook
דער קעכערײַ־צענטער בײַם ייִדישן קהילה־צענטער „בית ווײַצמאַן‟ אין מעלבורן

פֿון ייִט״אַ

Published May 12, 2015, issue of May 29, 2015.

די רעגירונג פֿונעם אויסטראַלישן שטאַט וויקטאָריע האָט אויסגעגעבן אַ סומע פֿון 500,000 מיליאָן דאָלאַר, כּדי צו פֿאַרבעסערן דעם זיכערהייט־מצבֿ פֿונעם צענטראַלן ייִדישן קהילה־צענטער אין מעלבורן.

אינעם קהילה־בנין, וואָס טראָגט דעם נאָמען „בית ווײַצמאַן‟ און געהערט צום „ציוניסטישן ראַט פֿון וויקטאָריע‟, געפֿינען זיך 25 ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און אַ ביבליאָטעק. דער צענטער פֿירט אויך כּסדר דורך פֿאַרשיידענע קהילה־אונטערנעמונגען.

מאָנטיק, דעם 11טן מײַ, האָט די טאָג־צײַטונג Australian Age („דער אויסטראַלישער עלטער‟) איבערגעגעבן, אַז די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט די רעגירונג באַשלאָסן אויסצוגעבן דאָס געלט ווי אַ טייל פֿונעם זיכערהייט־פּראָיעקט, וואָס וועט אָפּקאָסטן, בסך־הכּל, 1.3 מיליאָן דאָלאַר. אַזאַ גרויסע סומע איז נייטיק, כּדי צו באַשיצן דעם קהילה־צענטער פֿון אַ מעגלעכער באָמבע־אַטאַק.

דער צענטער האָט שוין געליטן פֿון אַנטיסעמיטישע וואַנדאַליזם־אַקטן און האָט באַקומען דראָענדיקע בריוו. נישט איין מאָל האָבן געוויסע פּאַרשוינען זיך אַרײַנגעריסן אַהין אָן אַ רשות. עטלעכע גרופּעס, וואָס אַרבעטן אינעם בנין, זענען אויך באַדראָט געוואָרן.

סעם טאַטאַרקאַ, דער פּרעזידענט בײַם „ציוניסטישן ראַט פֿון וויקטאָריע‟ און דער פֿאָרזיצער פֿונעם צענטער, האָט באַדאַנקט דעם פּרעמיער פֿונעם שטאַט, דעניעל ענדרוס. טאַטאַרקאַ האָט געזאָגט, אַז די רעגירונג האָט גוט פֿאַרשטאַנען, אַז זײַן צענטער נייטיקט זיך אין ערנסטע זיכערהייט־מיטלען — בפֿרט אין דער איצטיקער אומרויִקער צײַט, ווען ייִדן און ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אייראָפּע און אַנדערע לענדער ווערן כּסדר אַטאַקירט.

אין מאַרץ, האָט די אויסטראַלישע פֿעדעראַלע רעגירונג אויסגעגעבן 7.5 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר 54 שולן אינעם לאַנד, אַרײַנגערעכנט 17 ייִדישע, וואָס מוזן זיך באַשיצן, ווי געהעריק, פֿון מעגלעכע אַטאַקן, כּדי אָנצושטעלן וועכטער און צו אינסטאַלירן זיכערהייט־קאַמערעס. 15 אָרטיקע מוסולמענישע שולן האָבן אויך באַקומען אַ רעגירונג־שטיצע פֿאַר זיכערהייט־צוועקן, אויף אַ סומע פֿון 4.4 מיליאָן דאָלאַר.