ווען איר געפֿינט אין פֿאַרשיידענע ענציקלאָפּעדיעס דעם טערמין שווידערמײַער, באַקומט איר אַ גאַנץ גוטן באַגריף, וואָס עס מיינט אַזוינס אָט דער מין אַרכיטעקטור. שווידערמײַער איז אַ צוזאַמענשטעל פֿון צוויי ווערטער „בידערמײַער‟ און „שווידער‟. בידערמײַער איז געווען אַ פּאָפּולערער סטיל אין אַרכיטעקטור און קונסט אין 19טן יאָרהונדערט, בפֿרט אין עסטרײַך און שווייץ. שווידער — איז אַ טײַכעלע לעבן אָטוואָצק.
הייסט עס, אַז שווידערמײַער איז די פּוילישע ווערסיע פֿונעם בידערמײַער־סטיל. אַ מין מישונג פֿון מערבֿ און מיזרח, אַ קאָמפּראָמיס צווישן אַ רוסישער דאַטשע און אַ יעקיש „גאַסט האַוז‟.
וואָס די ענציקלאָפּעדיעס דערציילן נישט, איז דער פֿאַקט, אַז די דאָזיקע הײַזער זענען געווען, כּמעט אָן אַן אויסנאַם, ייִדישע הײַזער. די וואַרשעווער ייִדן זענען געפֿאָרן פֿאַרברענגען דעם זומער אויף דאַטשע צווישן די שמעקנדיקע סאָסנעס אין אָטוואָצק און אין אַנדערע ייִשובֿים אויף דער באַן-ליניע וואַרשע־אָטוואָצק, אַ שטרעקע פֿון 35 קילאָמעטער.
דער פֿאַקט, וואָס די באַלעבאַטים פֿון די שווידערמײַער הילצערנע ווילעס זענען געווען ייִדן, שפּילט אַ ראָלע ביזן הײַנטיקן טאָג. דאָס רובֿ פֿון זייערע באַלעבאַטים האָבן די דײַטשן פֿאַרברענט אין טרעבלינקע; דעריבער זענען די הײַזער געבליבן אָן יורשים.
לעצטנס, האָבן מיר באַקומען ידיעות, אַז אַן ערך אַ האַלבער טוץ אַזעלכע שווידערמײַער־ווילעס זענען פֿאַרברענט געוואָרן. מיט אַ יאָר צוריק איז געשען די זעלבע מעשׂה. אַז איך האָב נישט קיין טעות, איז קיינער נישט אַרעסטירט געוואָרן אין שײַכות מיט די דאָזיקע שׂריפֿות. דער תּירוץ איז, אַז די הײַזער זענען אַלט, געבויט פֿון האָלץ, איז גענוג אַ פֿונק.
סע קען זײַן. ס׳איז אָבער אפֿשר כּדאַי צו באַמערקן, אַז אויפֿן ליידיקן אָרט פֿון די דאָזיקע פֿאַרברענטע הײַזער, בויען שוין די ביזנעסלײַט גרויסע נײַע הײַזער. אַזוי לאַנג ווי עס שטייט נאָך דער פֿאַרמלחמהדיקער בנין, ווערט ער געשיצט צוליב זײַן היסטאָרישן ווערט.
בלײַבט נאָר אַ קשיא אויף אַ מעשׂה — צי וואָלטן די ווילעס נאָך געשטאַנען אין זייער אַמאָליקער פּראַכט, ווען די אָטוואָצקער ייִדן וואָלטן נישט אַוועק מיטן פֿײַער פֿון חורבן?
דער עלפֿטער פֿילם-פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע מאָטיוון האָט זיך פֿאַרענדיקט זונטיק דעם צענטן מײַ. דער גרויסער געווינער פֿונעם הײַיאָריקן פֿעסטיוואַל איז דער ישׂראל-פֿראַנצויזישער פֿילם „וויוויאַן וויל זיך גטן‟.
די הויפּט־ראָלע שפּילט אינעם פֿילם רונית אַלקבץ, וואָס איז געווען, צוזאַמען מיט איר ברודער, שלומי אַלקבץ, אויך די רעזשיסאָרין פֿונעם פֿילם. אינעם העברעיִשן מקור הייסט דער פֿילם פּשוט „גט‟. וואָס איז אַזוינס גט פֿאַרשטייען די אומות־העולם נישט, דאַרף מען האָבן פֿאַר זיי אַ לענגערן, קלאָרן טיטל.
דער פֿילם האָט באַקומען דעם פּובליקום־פּריז אינעם קאַן־פֿעסטיוואַל. ער איז דרײַ-שפּראַכיק: עבֿרית, פֿראַנצויזיש און ייִדיש-מאַראָקאַניש. טשיקאַווע איז דער פֿאַקט, אַז די העלדן אויפֿן עקראַן ווערן לעבעדיקער און מער „עמך‟, ווען זיי רעדן דעם מאַראָקאַנער ייִדיש (ווי ס’איז אָפֿט דער פֿאַל מיט אונדזער אַשכּנזישן ייִדיש).
דער סוזשעט פֿונעם פֿילם איז זייער אַן ערנטסער: די שווערע מערכה פֿון אַ סך פֿרויען אין די רבנישע בית-דינס. פֿון דעסטוועגן, געפֿינט מען אינעם פֿילם אויך אַ סך קאָמישע מאָמענטן. מען לאַכט טאַקע, אָבער מיט יאַשטשערקעס.
„איך ווייס, אַז אין די ערשטע יאָרן בין איך נישט געפֿעלן געווען מײַן פֿרוי. איצט געפֿעל איך איר יאָ‟ — דערציילט אַן עדות די דיינים — „אַ ברירה האָט זי?‟ — גיט ער צו.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.