פּרעפֿערענץ צו חרדים צוליב „ש״ס‟-קאָאַליציע

Shas Coalition Gives Ultra-Orthodox Priority


פֿון „פֿאָרווערטס־רעדאַקציע‟

Published May 13, 2015, issue of May 29, 2015.

משה כּחלון, וועלכער האָפֿט צו פֿאַרנעמען די פּאָזיציע פֿונעם ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער, האָפֿט אַראָפּצוברענגען די פּרײַזן פֿון דירות. כּדי דאָס צו דערגרייכן, קלײַבט ער זיך צו פֿאַרקויפֿן מיט אַ הנחה דאָס לאַנד, וואָס געהערט צו דער מלוכה. זײַנע קריטיקער טענהן אָבער, די צוטריטלעכע דירות וועלן באַקומען בלויז חרדישע און סתּם פֿרומע ייִדן. נימרוד בוסאָ, אַ זשורנאַליסט פֿון „האָרץ‟, דערקלערט דעם 12טן מײַ אין זײַן אַרטיקל, אַז אַזאַ סצענאַר איז גאַנץ מעגלעך. אַ קלאָרער סימן דערפֿון איז די קאָאַליציע, וואָס דער ישׂראלדיקער פּרעמיער, בנימין נתניהו, האָט געשלאָסן צווישן זײַן פּאַרטיי, „ליכּוד‟, און דער פֿרומער פּאַרטיי „ש״ס‟.

אינעם יאָר 2011, נאָך דער כוואַליע פֿון פּראָטעסטן פֿאַרן סאָציאַלן יושר, האָט מען געשאַפֿן אין ישׂראל דעם ספּעציעלן „טרײַטענבערג־קאָמיטעט‟, כּדי צו באַטראַכטן, ווי אַזוי מע וואָלט געקאָנט לייזן די פּראָבלעם פֿון די שטײַגנדיקע פּרײַזן פֿון דירות און צו פֿאַרבעסערן די רעגירונג־דינסטן. יאיר לפּיד, וועלכער האָט געדינט ווי דער פֿינאַנץ־מיניסטער פֿון 2013 ביז 2014, האָט פֿאָרגעלייגט צו העלפֿן מיט ביליקע וווין־ערטער די, וואָס אַרבעטן און קאָנען פֿאַרדינען געלט.

להיפּוך, האָט אַריאל אַטיאַס, דער געוועזענער מיניסטער פֿון בויערײַ, אַ פֿאָרשטייער פֿון דער פֿרומער פּאַרטיי „ש״ס‟, געשטעלט דעם אַקצענט אויף פּאָרפֿעלקער, וואָס האָבן במשך פֿון אַ גענוג לאַנגער צײַט חתונה געהאַט. לויט זײַן שיטה, דאַרפֿן די חרדים, וואָס האָבן חתונה, געוויינטלעך, ייִנגער, ווי די וועלטלעכע ישׂראלים, זײַן די ערשטע קאַנדידאַטן צו באַקומען ביליקע דירות.

עס קאָן זײַן, אַז כּחלון וועט נישט מסכּים זײַן מיט דער חרדישער שיטה און וועט פּרוּוון צו שטעלן דעם אַקצענט, ווי לפּיד, אויפֿן וועלטלעכן אַרבעטנדיקן עולם. אין דער זעלבער צײַט, וועט ער אָבער מוזן מאַכן זיכער, אַז נתניהו, וועלכער פֿירט אָן מיט אַ שוואַכער מערהייט פֿון 61 פּראָצענט ערטער אין דער כּנסת, זאָל אָנהאַלטן גוטע באַציִונגען און באַקומען שטיצע מצד די רעליגיעזע פּאַרטייען.

איציק שמולי, אַ פֿאָרשטייער פֿון דער „ציוניסטישער מחנה‟, וועלכער פֿירט אָן מיטן קאָמיטעט פֿאַר ביליקע הײַזער בײַ דער כּנסת, האָט צוגעזאָגט צו שאַפֿן אַ ספּעציעלע קאָאַליציע פֿון די אָפּאָזיציאָנעלע דעפּוטאַטן, כּדי צו מאַכן זיכער, אַז לכל־הפּחות פֿאַר אַ טייל ישׂראלים וועט די סטאַבילע פּרנסה בלײַבן די וויכטיקסטע קריטעריע בײַם געפֿינען אַ ביליקע דירה. לפּידס פּאַרטיי „יש עתיד‟ האָט אויך צוגעזאָגט צו באַקעמפֿן די שיטה פֿון „ש״ס‟.

די אַקטיוויסטן, וואָס קעמפֿן פֿאַר סאָציאַלן יושר, האָבן אָבער אָפּגעשאַצט אַן אַנדער רעזולטאַט פֿון דער קאָאַליציע צווישן „ליכּוד‟ און „ש״ס‟ — דער פּלאַן צו באַזאָרגן די ישׂראלים יעדעס יאָר מיט 700 נײַע מלוכיש־סובסידירטע דירות. די בויערײַ־פֿירמעס וועלן מוזן, לויטן דאָזיקן פּלאַן, אָפּגעבן 5 פּראָצענט פֿון זייער בודזשעט אָדער בוי־פּראָיעקטן צו די סובסידירטע וווין־ערטער.