(די 2 טע זײַט פֿון 2)
צווישן די אָפֿטע געסט אין זײַן דירה זײַנען געווען די אויסלענדישע זשורנאַליסטן, דיפּלאָמאַטן, און סתּם טוריסטן. עס האָבן אים אויך באַזוכט סענאַטאָרן און קאָנגרעסלײַט פֿון אַמעריקע, ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך, עסטרײַך און אַנדערע לענדער. שוין אָפּגערעדט, וועגן ייִדישע טוער פֿון פֿאַרשידענע לענדער. אין סלעפּאַקס דירה פֿלעגט מען שרײַבן וויכטיקע קאָלעקטיוו־בריוו, ווענדונגען צו דער רעגירונג, מיט פֿאָדערונגען צו דערלויבן אַ פֿרײַע עמיגראַציע; ווי אויך אונטערשרײַבן פּעטיציעס און פּראָטעסטן צו די אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס, בתוכם אין דער „יו־ען‟.
וולאַדימיר סלעפּאַק איז געווען צווישן די שטענדיקע באַטייליקטע אין הונגער־שטרײַקן אויפֿן מאָסקווער הויפּט־טעלעגראַף, אין די פּראָטעסט־אַקציעס צו שטיצן די דעסידענטן און „רעפֿיוזניקעס‟; געהאָלפֿן די משפּחות פֿון די אַרעסטירטע. פֿאַרשטייט זיך, אַז די מאַכט האָט עס נישט געקאָנט אַראָפּשלינגען; מענטשן פֿון „קאַגעבע‟ האָבן געהאַלטן אויף אים אַן אויג מעת־לעתנווײַז, דורכגעפֿירט אונטערזוכן אין זײַן שטוב… און כּסדר האָבן זיך געהערט דראָונגען: „מע וועט אײַך קיין מאָל נישט אַרויסלאָזן!‟, „מע וועט אײַך אײַנזעצן!‟, „איר וועט אומקומען אין אַן אומגליק־אַקצידענט!‟ — מע האָט געסטראַשעט אים, זײַן פֿרוי און קינדער. עס קלינגט הײַנט מאָדנע, אָבער סלעפּאַק פֿלעגט שטענדיק אויסזען רויִק, נישט געפֿאַלן בײַ זיך, און זיך תּמיד געהאַלטן גערעכט.
במשך פֿון 12 יאָר פֿון אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט דאָרטן איז מיר אויסגעקומען צו גיין מיט אים אויף פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציעס, הונגערן לאַנגע טעג, שמועסן מיט פּאָליטישע טוער און געזעלשאַפֿטלעכע פֿיגורן פֿון אויסלאַנד; כ‘האָב אים קיין מאָל נישט געזען איבערגעשראָקן, פֿאַרלוירן, צעמישט, נישט וויסן וואָס צו ענטפֿערן אָדער זאָגן. ער פֿלעגט שטענדיק זײַן זיכער אין זײַנע רייד און מעשׂים, און האָט געמונטערט אַ צווייטן מיט זײַן וווילקייט.
פֿאַר טויזנטער מענטשן, בתוכם מײַן ווייניקייט, איז וולאַדימיר סלעפּאַק געווען אַ מוסטער פֿון דרייסטקייט און געטרײַשאַפֿט דעם ענין. ער פֿלעגט אָנשטעקן יעדן מיט גלויבן און ווילן, נישט נאָכגעבן זיך דער מאַכט און דעפּרעסיע. מיט אים האָבן מיר זיך געפֿילט פֿעסטער, ווי הינטער אַ שטאַרקער וואַנט. פֿון וואַנען דער מענטש האָט געשעפּט כּוחות, איז שווער צו זאָגן. איין זאַך איז זיכער: ווען די סאָוועטישע מאַכט וואָלט געווען קליגער און אים אַרויסגעלאָזט קיין ישׂראל פֿריִער, וואָלטן מיר, זײַנע חסידים, באַלד פֿאַריתומט און אָפּגעשוואַכט געוואָרן.
קומענדיק, סוף־כּל־סוף, קיין ישׂראל האָט סלעפּאַק זיך געהאַלטן שטאָלץ, מיט ווירדע; קיין מאָל זיך נישט באַרימט און נישט אַרויסגעשטעלט מיט זײַנע פֿאַרדינסטן, נישט געפֿאָדערט פֿאַר זיך באַזונדערע פּריווילעגיעס, נישט געשטופּט זיך צו פֿאַרנעמען הויכע פּאָזיציעס אין פּאָליטיק, ווי אַנדערע. אַזאַ איז ער פֿאַרבליבן אין מײַן האַרץ — אַ ריינער, ערלעכער און שטאָלצער ייִד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.