אַ גרופּע באַקאַנטע אייראָפּעיִשע און ישׂראלדיקע רבנים האָט דורכגעפֿירט דינסטיק, דעם 12טן מײַ, די צווייטע יערלעכע קאָנפֿערענץ וועגן די ייִדישע פּראָבלעמען אין דער הײַנטיקער אייראָפּע. אין דער קאָנווענץ פֿון דער „אייראָפּעיִשער רבנישער קאָנפֿערענץ‟ האָבן זיך באַטייליקט 250 אָנטיילנעמער, אַרײַנגערעכנט דעם פֿראַנצויזישן הויפּט־רבֿ, חיים קאָרסיאַ, און זײַן בריטישן קאָלעגע, אפֿרים מירוויס.
דער מאָסקווער הויפּט־רבֿ, פּינחס גאָלדשמידט, און דער פּרעזידענט פֿון דער „אייראָפּעיִשער רבנישער קאָנפֿערענץ‟, האָט דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז מע האָט אויסגעקליבן דורכצופֿירן די אונטערנעמונג דווקא אין טולוז, פֿראַנקרײַך, וווּ מיט דרײַ יאָר צוריק איז אויסגעבראָכן אַ שרעקלעכער טעראָר־אַקט, כּדי אַרויסצוּווײַזן זייער „פֿעסטע גרייטקייט‟ צו באַקעמפֿן די כוואַליע פֿון טעראָריזם אין אייראָפּע. אינעם יאָר 2012, האָט אַן איסלאַמיסטישער פֿאַנאַטיקער, מאָהאַמעד מעראַ, דערמאָרדעט דרײַ קינדער און אַ רבֿ אין אַ טולוזער ייִדישער טאָגשול.
גאָלדשמידט האָט באַטאָנט, אַז פֿריִער האָבן די פּאַלעסטינער טעראָריסטן געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר די טעראָר־אַטאַקן אויף ייִדן. דער נײַער בלוטיקער אָנפֿאַל אין טולוז איז אָבער אַ נײַער שטאַפּל פֿון דער טעראָר־כוואַליע, ווײַל דער מערדער איז געווען אַ פֿראַנצויז פֿון אַן אַלזשירער משפּחה. פֿאַרן דערמאָרדן פֿיר מענטשן אינעם ייִדישן מוזיי פֿון בריסל, מיט אַ יאָר צוריק, ווי אויך אין די אַנומלטיקע טעראָר־אָנפֿאַלן אין פּאַריז און קאָפּענהאַגן, האָבן אויך נישט קיין פּאַלעסטינער געטראָגן דאָס אַחריות.
בעת דער קאָנפֿערענץ, האָבן אַ צאָל באַטייליקטע, פּראָמינענטע רבנים, אויך אָנטיילגענומען אין אַ פּריוואַטער צערעמאָניע, אויף וועלכער דער פֿראַנצויזישער פּרעמיער־מיניסטער, מאַנועל וואַלס, איז באַלוינט געוואָרן מיטן „פּריז אויפֿן נאָמען פֿון לאָרד דזשאַקאָבאָוויץ‟ פֿאַר זײַן קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם. ווען וואַלס האָט באַקומען דעם פּריז, האָט ער איבערגעחזרט זײַנע באַקאַנטע ווערטער, אַז „אָן ייִדן וועט פֿראַנקרײַך מער נישט זײַן פֿראַנקרײַך‟. דער פּרעמיער האָט צוגעגעבן, אַז כּל־זמן די ייִדישע אינסטיטוציעס דראָט אַ טעראָריסטישע סכּנה, וועט די פֿראַנצויזישע פּאָליציי און אַרמיי זיי ווײַטער באַשיצן. גאָלדשמידט האָט באַגריסט די איבערגעגעבנקייט פֿונעם פֿראַנצויזישן פּרעמיער־מיניסטער צום קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם, אָבער באַמערקט, אַז אין דער הײַנטיקער וועלט האָט זיך געשאַפֿן אַ געפֿערלעכע סיטואַציע, ווען אויף דער גאַס קאָנען די ייִדן אין אייראָפּע זיך מער נישט פֿילן רויִק. דער רבֿ האָט צוגעגעבן, אַז עס וואָלט געווען כּדאַי אײַנצופֿירן אין גאַנץ אייראָפּע די זעלבע סיסטעם ווי אין עסטרײַך, וווּ די רעליגיעזע גרופּעס טאָרן נישט באַקומען קיין שטיצע פֿון אויסלענדישע קוואַלן. לויט זײַן מיינונג, וואָלט אַזאַ מאָס־מיטל געהאָלפֿן אָפּצושטעלן די טעטיקייט פֿון ראַדיקאַלע איסלאַמיסטישע אָרגאַניזאַציעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.