די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן די ייִדן אין רוסלאַנד געפּראַוועט צוויי יום־טובֿים: ל״ג בעומר און דעם נצחון־טאָג. הײַיאָר איז פֿאָרגעלייגט געוואָרן צו פֿאַרוואַנדלען דעם טאָג אין אַ רעליגיעזער דאַטע און אים אַרײַנצוטראָגן אין ייִדישן לוח; וועגן דעם פֿאָרשלאָג און זײַן פּאָליטישן באַטײַט האָט דער „פֿאָרווערטס‟ שוין געשריבן. צו אָנערקענען דעם נצחון־טאָג ווי אַ רעליגיעזן יום־טובֿ האָט מסכּים געווען נאָר איין ייִדישע קהילה פֿון צוויי — די מתנגדישע. דער הויפּט־רבֿ פֿון דער גרויסער כאָר־שיל פּינחס גאָלדשמידט האָט אין זײַן ווענדונג באַגריסט די ייִדן מיטן נײַעם רעליגיעזן יום־טובֿ, און דעם 14טן מײַ קומט אין דער שיל פֿאָר אַ פֿײַערלעכע תּפֿילה לכּבֿוד דעם יום־טובֿ. דער חב״ד האָט דעם פֿאָרשלאָג ניט אָנגענומען, און דער חב״דנער הויפּט־רבֿ בערל לאַזאַר האָט בלויז באַגריסט די וועטעראַנען צו דעם נצחון־טאָג.
דער נצחון־טאָג איז הײַיאָר געפּראַוועט געוואָרן ברייט: ס’איז פֿאָרגעקומען אַ מיליטערישער פּאַראַד און אַ פּראָצעסיע, „דער אומשטערבלעכער פּאָלק‟. מענטשן זענען אַדורכגעגאַנגען איבערן גאַנצן צענטער פֿון מאָסקווע, טראָגנדיק פּאָרטרעטן פֿון זייערע זיידעס און באָבעס, וואָס האָבן געקעמפֿט אין דער צווייטער וועלט־מלחמה. מע שאַצט, אַז אין דער דאָזיקער אַקציע פֿון „פֿאַראייביקן די נעמען‟ האָבן אָנטייל גענומען כּמעט אַ מיליאָן מענטשן. צווישן זיי זענען אויך געווען גאָר אַ סך ייִדן, כאָטש דאָס יאָר האָט דער 9טער מײַ אויסגעפֿאַלן אויף שבת.
אין אַ סך ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זענען פֿאָרגעקומען באַגעגענישן מיט וועטעראַנען און קאָנצערטן פֿאַר זיי.
צו די אַנדערע נײַעס. אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי איז אין די ראַמען פֿון דער אויסשטעלונג „די ייִדישע קינסטלער אין דעם רוסישן אַוואַנגאַרד‟ געגעבן געוואָרן אַ לעקציע. דעם רעפֿעראַט האָט געהאַלטן אַנדריי יעראָפֿעיעוו, קונסט־פֿאָרשער און געוועזענער דירעקטאָר פֿון אַן אָפּטייל בײַ דער טרעטיאַקאָוו־גאַלעריי. יעראָפֿעיעוו האָט דערציילט וועגן פֿיר קינסטלער, וואָס זענען ניט אַזוי באַרימט בײַם רוסישן עולם, די קינסטלער פֿון דעם „צווייטן אַוואַנגאַרד‟ — וולאַדימיר ווײַסבערג, אָסקאַר ראַבין, באָריס טורעצקי און מיכאַיִל ראָגינסקי. זייער שאַפֿן איז באַטראַכטן געוואָרן אינעם קאָנטעקסט פֿון דער קונסט אין די 60ער יאָרן.
און דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט לכּבֿוד דעם נצחון־טאָג אָרגאַניזירט אַ באַגעגעניש, געווידמעט זשאָרזש פּערעק, אַ פֿראַנצייזיש־ייִדישן שרײַבער. ער איז געבוירן געוואָרן אין פֿראַנקרײַך אין 1936 אין אַ משפּחה פֿון פּוילישע ייִדישע אימיגראַנטן. זײַנע עלטערן האָט ער פֿאַרלוירן בעת דער מלחמה, און די בענקשאַפֿט נאָך זיי און דער פּרוּוו זיי צו געפֿינען זענען געוואָרן די הויפּט־מאָטיוון פֿון זײַן שאַפֿן. ער האָט זיך באַרימט געמאַכט ווי אַ שרײַבער אין די 1950ער יאָרן, אַ מײַסטער פֿון ליטעראַרישע שפּילן, עקספּערימענטן, אַ גרויסער סטיליסט. די באַגעגעניש איז געווידמעט געווען פּערעקס ראָמאַן „דובל־ווע, אָדער זכרונות פֿון קינדער־יאָרן‟, אַן אַנטי־אוטאָפּיע וועגן אַ יתום פֿון חורבן. די אָנטיילנעמער פֿון דער באַגעגעניש: דער ליטעראַרישער איבערזעצער וואַלערי קיסלאָוו, דער ליטעראַטור־פֿאָרשער קלאָד בירזשעלען און דער לינגוויסט סיריל אַסלאַנאָוו, האָבן גערעדט וועגן פּערעקן, זײַן זכרונות־סטראַטעגיע און שפּראַך־שפּיל.
דער הויפּט־רבֿ פֿון רוסישן חב״ד, בערל לאַזאַר און דער פּרעזידענט פֿון דער פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות, אַלכּסנדר באָראָדאַ, האָבן זיך געטראָפֿן מיט אירינאַ באָקאָוואַ, די בולגאַרישע דיפּלאָמאַטין און הויפּט־דירעקטאָרין פֿון „יונעסקאָ‟. זי האָט באַזוכט דעם מוזיי און געזען זײַנע אויסשטעלונגען, און אָנגעצונדן אַ ליכט לכּבֿוד די קרבנות פֿון דער מלחמה. זיי האָבן אַרומגערעדט די לאַגע און מיליטערישע קאָנפֿליקטן אין דער מאָדערנער וועלט און אַרויסגעברענגט אַ האָפֿענונג, אַז דווקא דאָס קולטורעלע לעבן און די בילדונג וועלן דערציִען דעם יונגן דור און געבן אים צו פֿאַרשטיין דעם ווערט פֿון פֿרידן און שלום.
און די לעצטע ידיעה איז אָנגעקומען פֿון סאַנקט־פּעטערבורג. דאָרטן, אין דעם מיכײַלאָווער טעאַטער, האָט מען דערקלערט, אַז דער נײַער אָנפֿירער פֿון דער אָפּערע וועט זײַן ניל שיקאָף, דער באַרימטער אַמעריקאַנער ייִדישער זינגער און דער זון פֿון אַ חזן. שיקאָף איז שוין אויפֿגעטראָטן אין מיכײַלאָווער טעאַטער ווי אַ זינגער, אין הלויס אָפּערע „די ייִדישקע‟, וווּ ער האָט געשפּילט די ראָלע פֿון אליעזר. פֿאַר דער ראָלע איז ער באַלוינט געוואָרן מיט אַ פּרעסטיזשפֿולער רוסישער פּרעמיע „די גאָלדענע מאַסקע‟’. זינט דעמאָלט אַרבעט שיקאָף מיט מיטן טעאַטער שוין 5 יאָר. אויף זײַן נײַער שטעלע הייבט ער אָן צו אַרבעטן פֿון סעפּטעמבער 2015. אויף אָקטאָבער 2015 זענען פּלאַנירט זײַנע אויפֿטריטן אין די אָפּערעס „די ייִדישקע‟ און לעאָנקאַוואַלאָס „פּאַיאַצן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.