דער ישׂראל־דאָקומענטאַריסט רענן אַלעקסאַנדראָוויטש איז געוואָרן וועלט־באַרימט מיט זײַן פֿילם „שלטון החוק‟ („די רעגירונג פֿון געזעץ‟; אויף ענגליש The Law in These Parts) פֿון 2011. יענער פֿילם האָט זייער שאַרף באַשריבן די לעגאַלע סיסטעם, וואָס דאָס ישׂראל־מיליטער האָט געשאַפֿן אויף די אָקופּירטע טעריטאָריעס זינט 1967. דורך אַ שלל אינטערוויוען מיט די מענטשן, וואָס אונטער זייער אַחריות האָט די דאָזיקע סיסטעם זיך בפּועל־ממש אַנטוויקלט, איז אַרויס אַ בילד פֿון אַ רעגירונג, וווּ דער געזעץ איז געניצט געוואָרן דווקא קעגן די מענטשן, און נישט לשם זייער פֿאַרטיידיקונג. „שלטון החוק‟ האָט געוווּנען כּלערליי בכּבֿודיקע פּריזן, דעם „סאַנדענס‟־פּריז בתוכם.
לעצטנס, איז אַלעקסאַנדראָוויטש געקומען רעדן אין מערילענד־אוניווערסיטעט וועגן זײַן נײַעם אָנגייענדיקן פּראָיעקט. זינט 2011 אַרבעט ער אין די ישׂראלדיקע פֿילם־אַרכיוון, וווּ ער זאַמלט צונויף כּל־מיני ווידעאָס, וואָס ווײַזן ישׂראלס בײַזײַן אין חבֿרון, „די שטאָט פֿון די אָבֿות‟, זינט 1967. דורך די פֿילמען, ווײַזט ער, ווי די אַנטוויקלונג פֿון דער פֿילם־קונסט בכלל האָט באַשטעטיקט די אָפּשפּיגלונג פֿון די קאָלאָניסטן, די ישׂראל־סאָלדאַטן, די פּאַלעסטינער תּושבֿים פֿון חבֿרון (גאָר די מערהייט תּושבֿים), וכדומה.
פֿון די סאַמע ערשטע פֿילמען נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, כאַפּט מען גלײַך די אַטמאָספֿער פֿון גדולה, וואָס ס‘האָט געהערשט בײַ ישׂראלים אין די ערשטע יאָרן. פֿון דער דאָזיקער תּקופֿה, נאָך איידער די קאָלאָניסטן האָבן זיך דאָרטן גענומען באַזעצן, זעט מען אין אַ פֿילם, געמאַכט דורך די ישׂראלים און צום טייל פֿינאַנצירט געוואָרן דורך דער מלוכה, אַכט חתונות, וואָס מע האָט גלײַכצײַטיק אָפּגעהאַלטן לעבן דער מערת־המכפּלה. אַלע חתנים געהערן צו די מיליטערישע איינהײטן, „וואָס האָבן באַפֿרײַט חבֿרון‟, ווי עס זאָגט דער נאָראַטאָר, אונטער די קלאַנגען פֿון מיזרח־מוזיק.
אַלעקסאַנדראָוויטש זאָגט, אַז ער איז אַ „נאַרקאָמאַן‟ פֿון דעם דאָזיקן אַלטן זשאַנער פֿון קורצע נײַעס־פֿילמען, וואָס מע פֿלעגט פֿריִער ווײַזן אין די קינאָס; אָבער ער דערקלערט, אַז קוקנדיק יענע פֿילמען, זעט ער אין זיי נישט די ווירקלעכקייט, נאָר שוין גיכער „די אַנאַכראָניסטישע אָפּשפּיגלונג פֿון דער ווירקלעכקייט.‟ ער זעט דאָרט דעם בונד וואָס האָט זיך דעמאָלט פֿאָרמירט צווישן די סעקולערע ישׂראלים און די נאַציאָנאַל-רעליגיעזע קרײַזן. אָט די בריק צווישן ביידע גרופּעס ווערט פֿאַרפֿעסטיקט דורך דער אַרמיי, וואָס אַלעקסאַנדראָוויטש האַלט ווי דעם יסוד פֿונעם בונד.
די ווײַטערדיקע פֿילמען ווײַזן ווי די ציוניסטישע קאָלאָניסטן נעמען איבער הײַזער און בנינים אין דער שטאָט, פֿאַרלייגן ישיבֿות, מאַכן די פּאַלעסטינער דעם טויט, וכדומה. איינער אַ רבֿ אין ישיבֿת־חבֿרון ווערט דאָרט ציטירט אַזוי: „מיר גלייבן, אַז הש”י האָט אונדז צוגעזאָגט דאָס לאַנד צו ירשענען, און מיר, דורך באַזעצן זיך דאָ, טוען ווי גאָט האָט אונדז באַפֿוילן. מיר גלייבן, אַז די ישׂראל־רעגירונג וועט אונדז לאָזן דאָ צו באַזעצן זיך.‟
„ווי זענען אײַערע באַציִונגען מיט די אַראַבישע תּושבֿים?‟ — פֿרעגט אים דער רעפּאָרטער. און דער ענטפֿער איז: „די באַציִונגען זענען ווי ס’באַדאַרף צו זײַן. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס איז אַ זאַך, וואָס וועט פֿאָדערן אַ סך געדולד און אויסדויער פֿון ביידע צדדים.‟
אָבער די פּאַלעסטינער מערהייט דערציילט אַן אַנדער געשיכטע. די שפּעטערדיקע פֿילמען וועגן חבֿרון ווײַזן אַלץ מער און מער דאָס אַגרעסיווע פּנים פֿון די קאָלאָניסטן און די סאָלדאַטן כּלפּי די היגע פּאַלעסטינער תּושבֿים. מיכה פּלדס דאָקומענטאַר „אין גאָטס בונקער‟ (Inside God’s Bunker) פֿון 1994, האָט פּרטימדיק געשילדערט די ייִדישע קאָלאָניסטן אין חבֿרון און זייער לעבנס־שטייגער.
דער דאָקומנעטאַר־זשאַנער האָט זיך זייער שטאַרק אַנטוויקלט אין גאַנג פֿון יענעם יאָרצענדליק, און האָט דערמעגלעכט טיפֿער אַרײַנצוקוקן אין דעם לעבן פֿון די אײַנוווינער, ווי פֿאַר סתּם אַ זשורנאַליסט. דער סטיל פֿאָקוסירט זיך מער אויף די פּערזענלעכע אינערלעכע איבערלעבונגען פֿון די מענטשן, ווי אויף דער דרויסנדיקער רעאַליטעט. דער פֿילם ווײַזט, למשל, ווי די ייִדישע קינדער אין חבֿרון זינגען ראַסיסטישע לידער, אָבער ער באַטאָנט נאָך מער די רעאַקציע אויף דעם ליד פֿון דער מאַמען, וואָס שטעלט זיך נישט אַנטקעגן.
ס’איז כּדאַי נאָכצופֿאָלגן אַלעקסאַנדראָוויטשעס אַרבעט און פֿילם־פֿאָרשונגען. ער ווײַזט אַרויס אַן אומפּשרותדיקע נטיה אויסצופֿאָרשן די ווירקלעכקייט אין ישׂראל, און עס צו ווײַזן אַפֿילו, אויב עס דרייט אַמאָל איבער די קישקעס. אָט איז אַ ווידעאָ, וואָס איז כּולל אויסצוגן פֿון „אין גאָטס בונקער‟, אַרויסגעשטעלט אין „יוטוב‟ אין 2009:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.