ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires


פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published May 14, 2015, issue of June 12, 2015.

אַן אָוונט אין אָנדענק דעם נצחון־טאָג

„דער רוצחישער טעראָר האָט זיך געענדיקט, װען די אַליִיִרטע אַרמייען האָבן געצװוּנגען דײַטשלאַנד זיך אונטערגעבן, און באַפֿרײַט אונדז, די דײַטשן, פֿון דער נאַצישער דיקטאַטור‟, — אַזוי האָט זיך אויסגעדריקט דער דײַטשער אַמבאַסאַדאָר אין אַרגענטינע, בערנהאַרד גראַף פֿאָן װאַלדערסי, דעם אָװנט, װען דער ייִשובֿ האָט געפֿײַערט די 70 יאָר פֿון דעם נצחון פֿון די אַליִיִרטע.

דער אָװנט איז פֿאָרגעקומען מאָנטיק, דעם 11טן מײַ אין דער „אָרט‟־שול, און עס האָבן זיך באַטייליקט אַ צענדליק אַמבאַסאַדאָרן, פֿאָרשטייערס פֿון אַ סך ייִדישע און נישט־ייִדישע אינסטיטוציעס, לעבן־געבליבענע, באַגלייט פֿון זייערע קינדער און אייניקלעך, תּלמידים, לערערס און עלטערן. דער פֿילאָסאָף סאַנטיאַגאָ קאָװאַדלאָף האָט אין זײַן װאָרט געזאָגט, אַז „דער קאַמף קעגן טאָטאַליטאַריזם װעט זיך קיין מאָל נישט פֿאַרענדיקן‟, און ער האָט דערמאָנט די אַטענטאַטן אויף די בנינים פֿון דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע און דער קהילה. דער פּרעזידענט פֿון אַרגענטינער „אָרט‟ האָט דערקלערט, אַז דער „אַקט‟ װערט דורכגעפֿירט אין אַ שול „װײַל די תּלמידים זײַנען די צוקונפֿט‟.

שוין 10 יאָר װי אַזאַ אָװנט װערט אָרגאַניזירט אין בוענאָס־אײַרעס. אויף דער איניציאַטיװ פֿון יוסף מאָסקאָװיטש ע״ה, דעמאָלטיקער ערן־פֿאָרזיצער פֿון דער שׂאַרית־הפּליטה, איז די דאַטע פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ דערציִערישן הויכפּונקט.


לערער רעדן אַרום ווי צו לערנען װעגן חורבן

מיט דער אָנװעזנהייט פֿון אַ 200 באַטייליקטע, די מערהייט פֿון זיי — לערערס, איז דערעפֿנט געװאָרן מאָנטיק, דעם 11טן מײַ, דער סעמינאַר „לאָמיר באַטראַכטן דאָס מענטשלעכע 70 יאָר נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון אוישװיץ און דעם סוף פֿון דער צװייטער װעלט־מלחמה‟. דעם סעמינאַר האָבן אָרגאַניזירט דער חורבן־מוזיי פֿון בוענאָס־אײַרעס, די „אָרט‟־שול, די חינוך־צענטראַלע, די שארית־הפּליטה און זייער צװייטער דור. במשך פֿון צװיי טעג װעלן פֿאָרקומען 21 װאַרשטאַטן און צװיי פּלענאַרע זיצונגען, װוּ מען װעט באַהאַנדלען, דער עיקר, װי צו לערנען װעגן חורבן מיט תּלמידים פֿון מיטלשולן.


טרעפֿונג מיט איינעם פֿון די חסידי־אומות־העולם

די װאַלענבערג־פֿונדאַציע האָט דורכגעפֿירט די לעצטע װאָך איר ערשטע אַקטיװיטעט פֿון יאָר אין דער עקסקלוסיװער „װאַשינגטאָן־שול‟ פֿון בוענאָס-אײַרעס. אַלעקסיס בולגאַרי, דער זון פֿון קאָנסטאַנטינאָ בולגאַרי, איינער פֿון די חסידי־אומות־העולם, האָט געשמועסט מיט די 13־14־יעריקע תּלמידים װעגן חורבן, װעגן װאַלענבערגס אַקציעס, און װי אַזוי האָבן אַ סך מענטשן בײַגעטראָגן, אַז אין טעג פֿון באַרבאַריזם זאָל אַרויפֿשװוּמען אַ ביסל ציװיליזאַציע. דער זון האָט דערציילט װי זײַן פֿאָטער האָט אויסבאַהאַלטן ייִדן אין זײַן דירה און די רירנדיקע טרעפֿונג מיט די געראַטעװעטע אַ סך יאָר שפּעטער.

די תּלמידים װעלן צוגרייטן אַרבעטן אויף דער טעמע, װאָס װעלן פּובליקירט װערן.


„דאַיאַ‟ פֿײַערט דעם „טאָג פֿון אַרבעטער‟

די „דאַיאַ‟ האָט דאָנערשטיק, דעם 7טן מײַ, געפֿײַערט דעם 1טן מײַ, „דער טאָג פֿון די אַרבעטער‟, מיט דער באַטייליקונג פֿון פֿאָרשטייערס פֿון איבער 30 סינדיקאַטן. די סעקרעטאַריאַטן פֿון די פֿאַרשיידענע אַרבעטערס־צענטראַלעס האָבן אונטערגעשריבן אַ קאָמפּראָמיס מיטצואַרבעטן מיט דער „דאַיאַ‟ אין איר קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם און דיסקרימינאַציע.


פּרעזענטאַציע פֿון בוך „האָלאָדאָמאָר‟

די אַמבאַסאַדע פֿון אוקראַיִנע האָט פּרעזענטירט דאָנערשטיק, דעם 7טן מײַ, איר בוך „האָלאָדאָמאָר‟ אויף דעם אינטערנאַציאָנאַלן ביכער־יאַריד אין בוענאָס־אײַרעס. דאָס בוך שטעלט פֿאָר דעם אוקראַיִנישן האָלאָקאַוסט מצד דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אין די יאָרן 1932 און 1933 מיט איר פּלאַן פֿון קאָלעקטיװיזאַציע, פֿון װעלכן מען שאַצט, אַז צװישן 2 און 10 מיליאָן מענטשן זײַנען געשטאָרבן פֿון הונגער. עס האָבן גערעדט: דער פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟, ד״ר כוליאָ שלאָסער; דער פֿאָרזיצער פֿון חורבן־מוזיי, קלאַודיאָ אַװרוך, און די דעפּוטאַטין — ליליטאַ קאַריאָ.


אַן אָפּמאַך פֿאַר געמיינזאַמער אַרבעט

אַ דעלעגאַציע פֿון דער אַרגענטינער „קריסטלעכער יוגנט־אָרגאַניזאַציע‟ (YMCA) האָט באַזוכט די בוענאָס־אײַרעסער קהילה, און אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך פֿאַר געמיינזאַמער אַרבעט. די יוגנטלעכע װעלן מיטאַרבעטן בײַם דורכפֿירן סאָציאַלע פּראָגראַמען, װאָס די קהילה פֿירט דורך אין אָרעמע געגנטן, און גרופּעס פֿון עלטערן דור װעלן קענען זיך באַניצן מיט די אײַנריכטונגען פֿון זייער קלוב. מען פּלאַנירט אויך אַ קולטור־פּראָגראַם אויף להבא.


פּראָקוראָר ניסמאַנס מאַמע און שוועסטער — באַשטראָפֿט

די עקספּערטן אין קרימינאַליסטיק, װאָס אַנאַליזירן דעם פּראָקוראָר ניסמאַנס טויט, זײַנען נישט איינשטימיק אין זייערע אויספֿירן, און מען שאַצט, אַז די פּראָקוראָרין װעט זיכער זיך אַרויסזאָגן די טעג, אַז ניסמאַן האָט זיך גענומען דאָס לעבן. דערװײַל האָט מען באַשולדיקט די מאַמע און די שװעסטער אין עקאָנאָמישע פֿאַרברעכנס, אין װעלכע דער פּראָקוראָר האָט זיי פֿאַרמישט. דאָס איז דער װעג װאָס די רעגירונג האָט אויסגעקליבן צו פֿאַרדאַמען דעם פּראָקוראָר, װאָס האָט געװאַגט אויסצופֿאָרשן און באַשולדיקן די רעגירונג.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.