(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אונדזערע אייגענע ייִדן ווילן נישט וויסן, אַז ייִדיש איז נישט קיין פֿרעמדע אָדער קריסטלעכע שפּראַך; ייִדיש־לשון געהערט נישט צו קיינעם, נאָר צו אונדז ייִדן. זי פֿאַרמאָגט איר אייגענע ייִדישע נשמה, ווײַל צווישן אונדזער ייִדישקייט און גויִשקייט איז אַלעמאָל געשטאַנען אויף דער וואַך דער „להבֿדיל, די מחיצה, דער בין קודש לחול.‟
און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז אַ פֿאָלק ווערט פֿאָרמירט דורך איר שפּראַך. ייִדיש מעג זיך באַנוצן מיט אַ גערמאַנישן וואָקאַבולאַר, אָבער יעדעס דרויסנדיקע וואָרט ווערט אַדורכגעזײַט דורך אַ פֿילטריר־סיסטעם, עס ווערט געטובֿלט, ס’גייט אַדורך אַ טהרה, ביז עס פֿאַרוואַנדלט זיך אין אַ ריין ייִדיש וואָרט. דאָס אייגענע מיט אַראַמעיִש, פּערסיש, לאַטײַן, גריכיש, סלאַוויש, מיט אַלע פֿרעמדע עלעמענטן, וואָס מיר באַנוצן זיך מיט זיי, ביז עס ווערט פֿאָרמירט אַן עכט, אַכצן־קאַראַטיק ייִדיש וואָרט.
נעמט, למשל, „פֿליישיק, מילכיק‟ — ביידע ווערטער שטאַמען אָפּ פֿון דײַטש, נאָר דער דײַטש וועט נישט וויסן וואָס מען האַקט אים אַ טשײַניק. אָדער דאָס וואָרט „נעבעך‟. ס’קומט פֿון אוקראַיִניש, „ניע באָהאַ‟ — גאָטלאָז, אַזוי האָבן די אוקראַיִנער אונדז גערופֿן, די גאָטלאָזע. האָבן מיר גענומען רופֿן יעדן איינעם, אויף וועלכן מען האָט רחמנות —„נעבעך‟. גיי דערצייל עס די אוקראַיִנער…
דער קאַמף צווישן די חסידים מיט די מתנגדים האָט געדויערט אַ קײַמא־לן פֿון אַ הונדערט יאָר, צומאָל מיט פֿאַרלוסטן, און ווער האָט געוווּנען דערבײַ? אונדזער לשון. ביידע צדדים האָבן באַרײַכערט די שפּראַך מיט ווערטלעך און מעשׂיות, חוזק און שפּאָט. דער עיקר, רעדט זיך דאָ וועגן די חסידים, די אַמאָליקע עם־הארצים, און די מתנגדים, די בעלי־תּורה, די בעלי־חכמים. די מתנגדים פֿלעגן זאָגן:
„די ערגסטע גאווה איז די גאווה פֿון פֿרומקייט.‟ געמיינט דערמיט צו באַצייכענען די חסידים.
האָט מען אַמאָל געפֿרעגט דעם ריזשינער רבין: וואָס איז דער אונטערשייד צווישן אַ מתנגד און אַ חסיד? האָט ער געענטפֿערט: דער אמת איז, אַז די חסידים האָבן אַראָפּגעברענגט דעם הימל אויף דער ערד. געמיינט צו זאָגן, אפֿילו ס’מידסטע גרעזעלע איז געטלעך.
גיי טײַטש אויס יענעם דאָס פֿאַרשפּרייטע ייִדישע ווערטל: „ער מאַכט שבת פֿאַר זיך‟, אָדער „אונדזער שטעטל באַשטייט פֿון דרײַסיק טליתים‟, וואָס מיינט, דרײַסיק ייִדישע משפּחות. בײַם ציילן, אויב דאָס זײַנען ייִדן, ציילט מען „נישט איינס, נישט צוויי‟, אאַז”וו.
קינדער פֿלעגן רופֿן דעם גראָבן פֿינגער „גוי‟, און דאָס קלענסטע פֿינגערל „ייִד‟. ווי זאָגט דאָס ווערטל: „גאָט זאָל מיך אָפּהיטן פֿון גויִשן כּוח און ייִדישן מוח.‟ און ווער קען פֿאַרגעסן די ייִדישע ויצעקו קעגן גאָט: „דײַן מזל, גאָט, וואָס דו וווינסט אין זיבעטן הימל אויפֿן מלכות־שמים, אַנישט וואָלט מען דיר אַלע שויבן אויסגעהאַקט.‟
ייִדן מוזן זיך מודה זײַן, אַז מיר האָבן בלית־ברירה אײַנגעפֿלאַנצט ייִדיש אויף אַ פֿרעמדער ערד; און מיט ניסים האָט עס זיך צעבליט אונטער דער זון, אונטערן רעגן און אונטער אַ פֿאַרכמורעטן הימל. מיר האָבן זיך דערפֿילט היימיש צווישן פֿרעמדע ביז מען האָט אונדז גערודפֿט מיט שטעכיקע דאָרנס, שטעכיקע דראָטן, און צום סוף — מיט האַקן־קרײַצן, אויסגעלאָשן די ייִדישע צונג אויף די ליפּן פֿון אונדזערע קדושים.
אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז דאָ, אין אַמעריקע, אויף גינסטיקער ערד/ אויף גוטע באַדינגונגען, האָט די פֿרידלעכע ערד זיך נישט צעבליט מיט ייִדישן גײַסט און לשון. עס מיינט נאָך אָבער נישט, אַז ס’איז פֿאַראורטיילט צום אויסהויכן די נשמה; חס־וחלילה, זאָל גאָט אויסהיטן. זי איז נאָך אַלץ אַ לעבעדיקער עבֿר, וואָס פּולסירט איבער דער וועלט און וואַרט אויף איר צײַט צו צעבליִען זיך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.