דינסטיק בײַנאַכט, דעם 12טן מײַ, איז אַ באַן פֿון דער פֿירמע „אַמטראַק‟ אַראָפּ פֿון די רעלסן אין פֿילאַדעלפֿיע. צום ווייניקסטן 7 מענטשן זענען אומגעקומען. צווישן זיי זענען לכל־הפּחות צוויי ייִדן: דער 20־יאָריקער דזשאַסטין זעמסער, אַ קאַדעט פֿון דער ים־אַקאַדעמיע, וועלכער איז געפֿאָרן אויף דער באַן אַהיים קיין קווינס, און רחל דזשייקאָבס, אַ 39־יאָריקע מאַמע, וועלכע האָט אָנגעפֿירט מיט אַ בילדונג־פֿירמע אין פֿילאַדעלפֿיע, וועלכע זי האָט געגרינדעט נישט לאַנג צוריק.
די אויספֿאָרשער האָבן נאָך נישט באַשטעטיקט, פֿאַרוואָס די באַן האָט פּלוצעם געקראַכט, אינמיטן דעם וועג פֿון וואַשינגטאָן קיין ניו־יאָרק. ס׳זעט אָבער אויס קלאָר, אַז זי איז געפֿאָרן מיט אַ סכּנותדיקער גיכקייט פֿון 100 מײַל אַ שעה — צוויי מאָל שנעלער, ווי דער דערלויבטער מאַקסימום. בערך אַ טוץ פּאַסאַזשירן האָט מען נאָך נישט געפֿונען, דערפֿאַר איז מעגלעך, אַז די אַלגעמיינע צאָל קרבנות איז נאָך גרעסער. די באַן האָט איבערגעלאָזט אַ גאַנצן „עק‟ פֿון צעבראָכענע טויטע גופֿים.
דזשייקאָבס איז געבוירן געוואָרן אין דעטרויט, וווּ זי האָט געגרינדעט אַ קהילה־אָרגאַניזאַציע. שפּעטער, האָט זי זיך באַזעצט אין מאַנהעטן און אויסגענוצט איר געשעפֿט־דיפּלאָם פֿונעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט, כּדי צו שאַפֿן איר פֿירמע אין פֿילאַדעלפֿיע. די משפּחה פֿון דער טראַגיש־אומגעקומענער מאַמע, וועלכע האָט פֿאַראָבֿלט איר 2־יאָריקע טאָכטער, האָט דערציילט, אַז דזשייקאָבס איז געווען אַ וווּנדערלעכע פּערזענלעכקייט, איבערגעגעבן צו איר משפּחה, צו איר ייִדישער קהילה און צום סאָציאַלן יושר.
די מאַמע פֿון דער אומגעקומענער, גילדע דזשייקאָבס, איז אַ געוועזענע סענאַטאָרין פֿונעם שטאַט מישיגען. די משפּחה זענען פּראָמינענטע מיטגלידער פֿון דער דעטרויטער רעפֿאָרמער שיל „טעמפּל עמנואל‟. די פֿאַראָבֿלטע מאַמע האָט דערציילט דעם Forward, אַז נישט אַזוי צוריק האָט זי זיך געפֿרייט מיט גרויס שׂימחה אויף איר טאָכטערס חתונה. דזשייקאָבס איז געווען די פֿאַרוואַלטערין פֿון אַ פֿירמע, וואָס לייגט פֿאָר בילדונג־דינסטן אויף דער אינטערנעץ.
זעמסער האָט זיך געלערנט אין דער אַמעריקאַנער ים־אַקאַדעמיע אינעם שטאַט מערילענד. זײַן קהילה אין קווינס געדענקט אים ווי אַ פּאַטריאָטישן יונגערמאַן, אַ ליבהאָבער פֿון ספּאָרט און אַן אַקטיוון קהילה־מיטגליד. אויפֿן וועג אַהיים פֿון דער אַקאַדעמיע, האָט די באַן־קאַטאַסטראָפֿע פּלוצעם טראַגיש איבערגעריסן זײַן יונג לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.