אין תּל־אָבֿיבֿ, אינעם „אַרבעטער־רינג‟, האָט זיך צונויפֿגעזאַמלט אַ בכּבֿודיקער עולם, וואָס איז געקומען דערמאָנען דעם גרויסן ייִדישן פּאָעט פּרץ מאַרקיש. ווי עס פֿירט זיך אויף קאַלישער, האָט די אַקטריסע שוראַ גרינהויז־טורקאָוו געעפֿנט די אונטערנעמונג. זי האָט פֿאָרגעשטעלט דעם הויפּט־רעדנער, פּראָפֿ‘ אַבֿרהם נאָווערשטערן, וואָס האָט טיף און צוטריטלעך דערציילט אין זײַן רעפֿעראַט וועגן דעם „שטורעמפֿויגל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע‟.
ווי ס‘האָט באַטאָנט נאָווערשטערן, איז מאַרקישעס פּאָעטישער אָנהייב געווען ענג פֿאַרבונדן מיט די געשעענישן פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, אייגנטלעך, ווי בײַ אַ סך באַקאַנטע ייִדישע פּאָעטן, זײַנע מיטצײַטלער. דעמאָלט האָט דאָס רוסלענדישע ייִדנטום אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן ווי איין גאַנצקייט, ווי אַ פּועל־יוצא פֿון די טעריטאָריעלע ענדערונגען. עס האָט זיך געשאַפֿן אַן אומאָפּהענגיק לאַנד — פּוילן, וווּ ס‘האָבן געוווינט ס‘רובֿ געוועזענע רוסלענדישע ייִדן. דער פֿאַקט אַליין האָט אַרויסגערופֿן בײַ די ייִדישע שרײַבער אַ פֿאַרלוירנקייט; זיי האָבן געמוזט זיך צופּאַסן צו דער נײַער ווירקלעכקייט און לעבנס־סיטואַציעס.
מאַרקיש האָט עס איבערגעלעבט באַזונדערס שאַרף, ווײַל ער אַליין האָט, ווי אַ סאָלדאַט אין דער רוסישער אַרמיי, זיך באַטייליקט אין די מלחמה־שלאַכטן און פֿאַרגעדענקט דעם שוידער. נאָך דער מלחמה קומט ער קיין קיִעוו, וואָס ווערט אין יענער צײַט אַ וויכטיקער צענטער פֿון ייִדישער קולטור. דאָרט קאָכט אַ ייִדיש קולטור־לעבן, עס לאָזט אירע וואָרצלען די נײַע ייִדישע ליטעראַטור, עס עפֿענען זיך ייִדישע שולן, פֿאַרלאַגן; און מאַרקיש ווערט אַן אָרגאַנישער טייל פֿון דעם דינאַמישן פּראָצעס פֿון ייִדישער אויפֿלעבונג. צום באַדויערן, איז עס אָנגעגאַנגען נישט לאַנג.
ווי נאָווערשטערן האָט באַטאָנט, איז מאַרקיש אין יענעם פּעריאָד געווען אונטער אַ גרויסער השפּעה פֿונעם רוסישן פּאָעט וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי. מאַרקיש האָט ווירטואָזיש באַהערשט דעם ריטעם און גראַם, וואָס האָט אים באַלד געשטעלט אין די ערשטע רייען פֿון דער מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע. פֿון איין זײַט, איז ער טאַקע אויפֿגענומען געוואָרן אין קיִעוו, ווי אַ נײַע שטים אין דער ייִדישער פּאָעזיע, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, זײַנען געווען אויך נישט ווייניק קריטיקער פֿון זײַן נאָוואַטאָרישן סטיל, צווישן זיי דוד בערגעלסאָן. דער מײַסטער פֿון ייִדישער פּראָזע איז געווען מיט 10 יאָר עלטער פֿון מאַרקישן, און האָט שוין געשפּילט די ראָלע פֿון אַ ליטעראַרישן טאָנגעבער אין דער אָרטיקער ליטעראַרישער סבֿיבֿה. אין 1919 האָט בערגעלסאָן אָנגעשריבן אַ גרויסן אַרטיקל, וווּ ער פֿאַרגלײַכט די שאַפֿונג פֿון מאַרקישן מיט דער שאַפֿונג פֿון דוד האָפֿשטיין, אָננעמענדיק דעם צד פֿונעם מער טראַדיציאָנעלן האָפֿשטיין.
פֿון דעסטוועגן, איז מאַרקיש אין די ערשטע יאָרן פֿון זײַן קיִעווער פּעריאָד געווען זייער פּאָפּולער און אָנערקענט. ווי אַן עדות דערצו קאָן דינען זײַן טראַגישע פּאָעמע „די קופּע‟, אָנגעשריבן אין 1922 און אָפּגעדרוקט כּמעט אין איין צײַט סײַ אין קיִעוו און סײַ אין וואַרשע, אין די צוויי פּאָליטישע וועלטן פֿון ייִדישער צעשפּאָלטנקייט. נאָווערשטערן האָט גענוי אַנאַליזירט אין זײַן אויפֿטריט די פּאָעטישע שפּראַך און דעם אינהאַלט פֿון דעם ווערק, וווּ די טראַגעדיע אַנטוויקלט זיך אין אוקראַיִנע בעת די מוראדיקע פּאָגראָמען צווישן 1917־1919. „די קופּע‟ — אַ קופּע ייִדישע גופֿים, געבליבן ליגן נאָך די פּאָגראָמשטשיקעס אין דעם ייִדישן שטעטל ערבֿ יום־כּיפּור…
אין 1924, שוין אין וואַרשע, צוזאַמען מיט די שרײַבער נחמן מײַזיל, י. י. זינגער און אַלטער קאַציזנע, ווערט געגרינדעט די פּובליקאַציע „ליטעראַרישע בלעטער‟, וואָס האָט ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה געשפּילט אַ גוואַלדיקע ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. מאַרקיש פּובליקירט דאָרט אָפֿט זײַנע עסייען וועגן דער מאָדערנער ייִדישער און רוסישער ליטעראַטור, וועגן זייערע מעלות און חסרונות. אין 1926 קערט ער זיך אום אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, אָבער שוין מיט צוויי יאָר שפּעטער שרײַבט ער צו זײַנע פֿרײַנד אין אויסלאַנד, אַז ער וואָלט נישט קעגן געווען צו פֿאַרלאָזן מאָסקווע. דעמאָלט איז עס נאָך געווען מעגלעך, כאָטש נישט אַזוי פּשוט. מאַרקישן האָט זיך עס נישט אײַנגעגעבן.
ער איז געוואָרן אַ באַקאַנטער סאָוועטישער פּאָעט. צו זײַן זאַט און באַקאַנט אין סטאַלינס לאַנד, האָט מען געמוזט „אײַנלייגן די נשמה‟. ווי ס‘האָט דערקלערט פּראָפֿ‘ נאָווערשטערן, האָט אַזאַ „פּשרה‟ אַוודאי געווירקט אויף דעם קינסטלערישן ניוואָ פֿון די ווערק, און געבראַכט אין די 1930ער־1940ער יאָרן צו אַ מאָראַלישער ירידה פֿון די נאַציאָנאַלע ווערטן. נישט יעדער האָט געהאַט מוט זיך קעגנצושטעלן דער טייטלעכער רעפּרעסיווער מאַכט־מאַשין.
ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט מאַרקישן זיך פֿאָרט אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אין יענער שווערער צײַט עטלעכע פּערל פֿון ייִדישער פּאָעזיע. צווישן זיי זײַן פּאָעמע „צו אַ ייִדישער טענצערין‟; און נאָך איין ווערק, פֿאַרבונדן מיטן מאָרד פֿון שלמה מיכאָעלס און דעם גורל פֿון מאָסקווער „גאָסעט‟, וווּ עס פֿלעגן אויפֿגעפֿירט ווערן מאַרקישעס פּיעסעס, „ש. מיכאָעלס — נר תּמיד בײַם אָרון‟. צוויי טיילן פֿון דער פּאָעמע זײַנען דעמאָלט אָפּגעדרוקט געוואָרן אין מאָסקווע, און די איבעריקע — שוין שפּעטער נאָך דער רעהאַביליטאַציע פֿון די אומגעבראַכטע ייִדישע קולטור־טוער און מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט.
נאָכן אויפֿטריט פֿון פּראָפֿ‘ נאָווערשטערן האָט די אַקטריסע און זינגערין לאה שלאַנגער איבערגעלייענט עטלעכע אויסצוגן פֿון דער פּאָעמע „צו אַ ייִדישער טענצערין‟ און עטלעכע לירישע לידער פֿונעם פּאָעט.
צו דער אונטערנעמונג איז פֿאַרבעטן געוואָרן דער זון פֿון פּרץ מאַרקיש, דוד מאַרקיש, אַ באַקאַנטער רוסישער שרײַבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.