אינעם יאָר 2009, האָט די רעגירונג פֿון לבֿנון אויסגעגעבן אַ גרויסע סומע געלט, כּדי צו רעסטאַוורירן די היסטאָרישע ביירוטער שיל „מגן אַבֿרהם‟. די וויכטיקסטע פּאָליטישע פֿראַקציעס אינעם לאַנד, אַרײַנגערעכנט די אַנטי־ישׂראלדיקע „כעזבאָלאַ‟, האָבן געשטיצט דעם דאָזיקן פּראָיעקט. בסך־הכּל, האָט דער רעמאָנט אָפּגעקאָסט אַ מיליאָן דאָלאַר.
דער שטאַרק־באַוואַכטער ווײַס־גאָלדענער בנין שטייט אין אַ פֿאַרמעגלעכן קוואַרטאַל פֿון דער שטאָט. במשך פֿון צענדליקער יאָרן, איז די אַלטע שיל געשטאַנען ליידיק, און אירע ווענט זענען געווען באַדעקט מיט אַנטיסעמיטישע אויפֿשריפֿטן. דערצו, האָבן די פֿאַרבײַגייער זיך באַנוצט מיטן פֿאַרלאָזטן בנין ווי מיט אַ בית־כּסא.
הגם דער רעמאָנט האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט 5 יאָר צוריק, בלײַבן די טירן פֿון דער שיל נאָך אַלץ פֿאַרשלאָסן. כּדי אַרײַנצוגיין אינעם בנין, מוז מען קודם אָפּשמועסן מיטן פּרעזידענט פֿון דער קליינער אָרטיקער ייִדישער קהילה און באַקומען אַ דערלויבעניש בײַ די ביוראָקראַטישע זיכערהייט־לײַט. דעם Forward האָט זיך נישט אײַנגעגעבן אַרײַנצוקומען אינעם בנין.
די היסטאָרישע שיל „מגן־אַבֿרהם‟ איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אינעם יאָר 1925. דעמאָלט האָבן אין ביירוט פֿונקציאָנירט אַ טוץ בתּי־מדרשים. הײַנט גייט אין לבֿנון שוין 15 יאָר אָן אַ בירגערקריג, צוליב וועלכן כּמעט אַ מיליאָן תּושבֿים זענען אַנטלאָפֿן פֿונעם לאַנד. די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון לבֿנון באַטרעפֿט איצט בלויז 40—100 נפֿשות. צוליב דעם קאָנפֿליקט מיט ישׂראל, פֿילן זיך די ייִדן אומרויִק און איבערגעשראָקן.
אין לבֿנון איז פֿאַרשפּרייט דער קלאַנג, לויט וועלכן די רעגירונג האָט מורא צו עפֿענען די שיל צוליב מעגלעכע אַטאַקן. אינעם יאָר 2009 איז דער בנין טאַקע צוויי מאָל אַטאַקירט געוואָרן. באַסאַם אַל־כוט, אַ מוסולמענישער אַדוואָקאַט פֿון דער ייִדישער קהילה, באַטאָנט אָבער, אַז קיין סימנים פֿון מעגלעכע אָנפֿאַלן זענען נישטאָ. דער קהילה־פּרעזידענט, יצחק אַראַזי, וועלכער האָט געזאַמלט דאָס געלט פֿאַרן רעמאָנט בײַ די ליבאַנעזער ייִדן, וואָס וווינען אין אַנדערע לענדער, האָט דערקלערט, אַז די שיל בלײַבט דערווײַל פֿאַרמאַכט נישט צוליב אַנטיסעמיטיזם, נאָר ווײַל דאָס גאַנצע לאַנד געפֿינט זיך איצט אין אַ שטאַרק אומסטאַבילן מצבֿ.
די ייִדישע קהילה איז אָפֿיציעל אָנערקענט ווי איינע פֿון די 18 רעליזיעזע גרופּעס אין לבֿנון. אַנשטאָט צו גיין אין שיל אַרײַן, דאַוונען די ייִדן שטילערהייט אין זייערע שטיבער, אינעם מיזרחדיקן טייל פֿון ביירוט. אין די 1950ער יאָרן, האָט די ייִדישע קהילה אין דער שטאָט באַטראָפֿן בערך 10,000 נפֿשות. די באַציִונגען מיט די מוסולמענער זענען געווען, בדרך־כּלל, גאַנץ פֿרײַנדלעכע. ווען מדינת־ישׂראל האָט דערקלערט איר אומאָפּהענגיקייט, האָבן זיך אָבער אין לבֿנון אָנגעהויבן אַנטיסעמיטישע אָנפֿאַלן מצד די אָרטיקע נאַציאָנאַליסטן.
מאַריאַם, אַן עלטערע ייִדישע פֿרוי אין אירע 80ער, וואָס וווינט אין אַן אַנדער שטאָט גאַנץ ווײַט פֿון ביירוט, האָט דערציילט דעם Forward וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין דער הויפּטשטאָט. זי געדענקט די יום־טובֿדיקע תּפֿילות אין דער שיל — הגם, לויטן אָרטיקן מינהג, האָט מען זי אַהין נישט אַרײַנגעלאָזן. מאַריאַם האָט געטענהט, אַז אַ סך אַראַבער פֿאַרשטייען נישט דעם חילוק צווישן ייִדן און ציוניסטן. נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, זענען ס׳רובֿ ייִדן אַנטלאָפֿן פֿון לבֿנון, הגם זיי זענען געבליבן פּאָליטיש נייטראַל און האָבן דווקא נישט געשטיצט ישׂראל.
הײַנט זענען צווישן די בפֿירושע סימנים פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין לבֿנון געבליבן בלויז די אַלטע בית־עולמס, פֿאַרלאָזט אויף הפֿקר און באַוואָקסן מיט ווילדגראָז. אין די אַלטע ייִדישע הײַזער וווינען מוסולמענער אָדער קריסטן. דער גאַס, וואָס האָט אַמאָל געהייסן „דער ייִדישער קוואַרטאַל‟, האָט מען געגעבן אַ נײַעם נאָמען — „עזה־גאַס‟, ווי אַ פּראָטעסט קעגן דער ישׂראלדיקער מלחמה פֿונעם יאָר 2006.
נאַגי געאָרגעס זיידאַן, אַ קריסטלעכער ליבאַנעזער היסטאָריקער, וועלכער שרײַבט איצט אַ בוך וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿונעם לאַנד, האָט זיך באַקלאָגט, אַז אין 10 יאָר אַרום וועלן אין לבֿנון, מסתּמא, נישט בלײַבן קיין ייִדישע אײַנוווינער. איינער אַ פּאַלעסטינער מאַן האָט זיך באַקלאָגט, אַז זײַן טאַטע האָט זיך געחבֿרט מיט די ייִדן, ווען אינעם לאַנד האָט געהערשט שלום. האָפֿנטלעך, האָט ער צוגעגעבן, וועט דער באַשעפֿער העלפֿן, און די ייִדן וועלן קאָנען ווידער לעבן פֿרײַנדלעך מיט די אַראַבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.