דער דעמאָגראַף, פּראָפֿעסאָר סערגיאָ דעלאַפּערגאָלאַ פֿונעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים האָט גערעדט בײַם אױסטראַלישן צענטער פֿאַר ייִדישער ציװיליזאַציע בײַם מאָנאַש־אוניװערסיטעט אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט קאָלפֿילד אױף דער טעמע „צײלן יִידן — ישׂראל און די תּפֿוצות אין 2048‟.
צװײ פֿילמען מיט ייִדישער טעמאַטיק װעלן געװיזן װערן בײַם סט. קילדאַ פֿעסטיװאַל אין מעלבורן. פֿילמען, װעלכע װערן פּרעמירט בײַם סט. קילדאַ פֿעסטיװאַל מעגן נאָמינירט װערן פֿאַר די אַמעריקאַנער „אַקאַדעמי אַװאָרדס פּרעמיעס‟.
פּאַביאַניצער לאַנדסלײַט האָבן געטראָפֿן זיך מיט משפּחה און פֿרײַנד בײַ זײער דענקמאָל אױפֿן ייִדישן בית־עולם אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט ספּרינגװעיל, אָפּצוגעבן כּבֿוד די, װעלכע זײַנען אומגעבראַכט געװאָרן װי אױך די, װעלכע האָבן איבערגעלעבט און האָבן אױפֿגעבױט נײַע לעבנס און נײַע משפּחות נאָכן חורבן.
מײַקל װעקס איז איצט דער גאַסט פֿון דער גרופּע „ייִדיש אױסטראַליע‟. ער האָט שױן גערעדט אין סידנעי און אין מעלבורן אױף פֿאַרשײדענע טעמעס, אױף ייִדיש און אױף ענגליש. ער האָט גערעדט בײַם ייִדישן אַרבעטער־בונד צוזאַמען מיט דער „קדימה‟ װעגן דער ייִדישער שפּראַך און בײַם „ייִדיש סוף־װאָך אױסטראַליע‟ — אַלץ אין ייִדיש. ער װעט נאָך רעדן אין ענגליש בײַם ייִדישן מוזעום אין מעלבורן און בײַ דער פֿײַערונג פֿון 40 יאָר נאָך דער גרינדונג פֿון דער װעלטלעכער ייִדישיסטישער טאָגשול „שלום־עליכם קאָלעדזש‟ אין מעלבורן. נאָך דעם קערט ער זיך אום קײן קאַנאַדע.
דאָס הױפּט־געריכט פֿון דער שטאַט װיקטאָריע אין מעלבורן האָט די װאָך אויסגעהערט די באַשולדיקונגען קעגן רביצין מלכּה לײפֿער. אַ געװעזענע תּלמידה פֿון דער „עדת־ישׂראל טאָגשול‟ קלאָגט זי די שול אָן אין געריכט מיט דער טענה, אַז די רביצין לײפֿער האָט באַגאַנגען סעקסועלע מיסברױכן קעגן איר, בעת זי איז געװען אַ מיטאַרבעטערין פֿון דער „עדת־ישׂראל טאָגשול‟ אין דער מײדל־שול. די „עדת־ישׂראל טאָגשול‟ געפֿינט זיך אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט עלסטערנװיק.
די גאַנצע לײפֿער משפּחה האָט פֿאַרלאָזט מעלבורן אין מאַרץ, 2008, נאָך דעם וואָס ענלעכע באַשולדיקונגען קעגן רביצין לײפֿער זײַנען, צוערשט, פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן. מע זאָגט, אַז די מיטגלידער פֿון דער קהילה האָבן געהאָלפֿן די לײפֿערס צו פֿאַרלאָזן מעלבורן, אײדער די פּאָליצײ האָט באַװיזן צו אַרעסטירן די רביצין. הרבֿ צבֿי טעלזנער, װאָס איז איצט דער הױפּט־רבֿ בײַ דער מעלבורנער ישיבֿה, איז דעמאָלט געזעסן אױפֿן קאָמיטעט, װאָס האָט באַשלאָסן אָפּצוזאָגן דער רביצין לײפֿער פֿון איר פּאָסטן, און אײַנצואָרדענען בילעטן קײן מדינת־ישׂראל פֿאַר דער לײפֿער משפּחה. דער איצטיקער פֿאַרװאַלטער פֿון דער טאָגשול האָט געזאָגט אין געריכט, אַז די שול איז געװען מחובֿ צו באַצאָלן פֿאַר די לײפֿערס בילעטן לױט איר קאָנטראַקט.
די לײפֿערס װױנען איצט אין ירושלים, װוּ רביצין לײפֿער זיצט אין הױז־אַרעסט נאָך דעם, װאָס די אױסטראַלישע רעגירונג האָט געבעטן בײַ דער ישׂראלדיקער רעגירונג, אַז רביצין לײפֿער זאָל צוריקגעשיקט װערן קײן מעלבורן, כּדי זי זאָל געמישפּט װערן דאָרטן.
דער אַדװאָקאַט פֿון דער טאָגשול האָט געזאָגט אין געריכט, אַז די שול האָט נישט קײן טענות צו די באַשולדיקונגען קעגן רביצין לײפֿער, נאָר אַז זי איז נישט געװען די פֿאַרװאַלטערין פֿון דער טאָגשול אין דער צײַט, װען די פֿאַרברעכנס זײַנען באַגאַנגען געװאָרן. זי איז נישט פֿאַרשריבן װי אַ לערערין אין דער שטאַט װיקטאָריע. איר קאָנטראַקט, האָט ער געזאָגט, איז געװען מיט דער „עדת־שיל‟ אין מעלבורן און איז געדרוקט געװאָרן אױף דעם טאָגשולס אַ בלאַנק דעמאָלט, װײַל די „עדת־ישׂראל שיל‟ האָט נאָך נישט געהאַט קײן אײגענע בלאַנקען אין יענער צײַט. דער אַדװאָקאַט האָט אױך געטענהט, אַז רביצין לײפֿער איז געװען דער הױפּט פֿון ייִדישע שטודיעס בײַ דער טאָגשול, און נישט קײן פֿאַרװאַלטער.
אַ נײַער פּרעזידענט איז דערװײלט געװאָרן בײַם ייִדישן קולטור־צענטער און ביבליאָטעק „קדימה‟ בײַ איר יערלעכער אַלגעמײנער פֿאַרזאַמלונג אין דער פֿאָרשטאָט עלסטערנװיק. רענאַטע זינגער איז די צװײטע פֿרױ דערװײלט צו װערן װי דער פּרעזידענט פֿון דער „קדימה‟ במשך פֿון די 104 יאָר זינט די אָרגאַניזאַציע איז געגרינדעט געוואָרן. די ערשטע איז געװען רײזל בריליאַנט, װאָס האָט געדינט װי דער פּרעזידענט פֿון דער אָרגאַניזאַציע במשך פֿון די 1930ער יאָרן, װען די „קדימה‟ איז נאָך געװען אין איר אַלטער הײם אין דער אימיגראַנטישער מעלבורנער פֿאָרשטאָט קאַרלטאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.