זונטיק, דעם 17טן מײַ, אין שײַכות מיטן „יום־ירושלים‟, איז אויפֿן ירושלימער „הערצל־באַרג‟ פֿאָרגעקומען די יערלעכער אָפֿיציעלער הזכּרה־צערעמאָניע, בעת וועלכער מע דערמאָנט די טראַגעדיע פֿון 4,000 עטיאָפּישע ייִדן, וועלכע זענען אומגעקומען אויפֿן וועג קיין ישׂראל, ווען זיי זענען געגאַנגען צופֿוס פֿון זייער היימלאַנד דורך סודאַן, האָפֿנדיק צו דערגרייכן ירושלים. די דאָזיקע טראַגעדיע איז געשען אין די 1970ער און 1980ער יאָר.
הײַיאָר, האָט דער ישׂראלדיקער פּרעזידענט, ראובֿן ריוולין, אָנערקענט די פּראָבלעם, אַז די עטיאָפּישע ייִדן לײַדן אין ישׂראל פֿון ראַסע־דיסקרימינאַציע. אין די לעצטע וואָכן, זענען אין ישׂראל פֿאָרגעקומען אַ ריי עטיאָפּישע פּראָטעסטן קעגן ראַסיזם. די דעמאָנסטראַנטן האָבן געפֿאָדערט צו געבן זיי אַ מעגלעכקייט זיך צו באַטייליקן, ווי גלײַכע בירגער, אין אַלע ספֿערעס פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט.
אין זײַן רעדע, האָט ריוולין באַטאָנט, אַז די פּראָטעסטן האָבן „אַנטפּלעקט אַן אָפֿענע וווּנד‟ און געוויזן, אַז די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט לײַדט פֿונעם ראַסיזם לגבי דער עטיאָפּישער עדה. דער פּרעזידענט האָט געזאָגט, אַז די דעמאָנסטראַנטן זענען אַרויס אויף די גאַסן צוליב דיסקרימינאַציע און ראַסיסטישע באַליידיקונגען. די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט כּסדר איגנאָרירט די צרות פֿון די עטיאָפּישע ייִדן און נישט געהאָלפֿן זיי אינטעגרירט צו ווערן אין דער געזעלשאַפֿט. ריוולין האָט גערופֿן זײַן לאַנד צו פֿאַרריכטן די דאָזיקע פּראָבלעם.
דער ישׂראלדיקע פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, האָט אין זײַן אויפֿטריט בעת דער הזכּרה־צערעמאָניע דערמאָנט זײַן באַגעגעניש מיט די פֿאָרשטייער פֿון דער עטיאָפּישער עדה, מיט צוויי וואָכן צוריק. דעמאָלט האָט מען באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ ספּעציעלן קאָמיטעט, וואָס זאָל באַהאַנדלען די פּראָבלעמען פֿונעם דאָזיקן סעקטאָר פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. נתניהו האָט באַטאָנט, אַז בעת דעם צוזאַמענטרעף האָט דערהערט, אַז די עטיאָפּישע ייִדן לײַדן פֿון ראַסיזם, פֿאָראורטל, דיסקרימינאַציע און פּאָליציי־ברוטאַליטעט. צומאָל פֿילן זיי זיך אומבאַקוועם אויף דער גאַס צוליב זייער טונקעלן הויט־קאָליר. דער פּרעמיער האָט געמאָלדן, אַז אַזאַ סיטואַציע איז נישט דערלאָזלעך אין זײַן לאַנד און מוז געלייזט ווערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.