זונטיק, דעם 17טן מײַ, איז אינעם בנין פֿון דער „ברודערשאַפֿט‟־סינאַגאָגע („בית־אחים‟), אין מאַנהעטן, דורכגעפֿירט געװאָרן די פֿאַרזאַמלונג לזכּרון דעם קלאַסיקער פֿון ייִדישער ליטעראַטור, שלום־עליכם. די טראַדיציע פֿון דער יערלעכער הזכּרה, אָרגאַניזירט פֿון זײַן משפּחה, גייט שוין אָן בערך אַ הונדערט יאָר. צום גרױסן באַדױערן, הײַנטיקס יאָר איז עס פֿאָרגעקומען אָן דער באַטייליקונג פֿון זײַן באַליבט אײניקל, בעל קאַופֿמאַן (בעלאָטשקאַ, װי דער זיידע פֿלעגט זי צערטלעך רופֿן). דעם 25סטן יולי 2014 איז זי ניפֿטר געװאָרן אין ניו־יאָרק אין עלטער פֿון 103 יאָר. כּבֿוד איר ליכטיקן אָנדענק!
נאָכן אַרײַנפֿיר־װאָרט פֿונעם פֿאָרזיצער, שלום־עליכמס אור־אײניקל, קענעט קאַופֿמאַן, האָט מען געהערט די אוידיִאָ־רעקאָרדירונג פֿון דער רעדע, וואָס בעל קאַופֿמאַן האָט געהאַלטן בעתן שרײַבערס יאָרצײַט דעם 22סטן מײַ 2011. במשך פֿון אַ גאָר לאַנגער צײַט זײַנען אירע רעדעס און אױפֿטריטן געװען די עיקר־געשעענישן פֿון שלום־עליכמס הזכּרות. גלײַך װי אַ מאַגנעט, האָט איר גלענצנדיקע פּערזענלעכקײט צוגעצױגן צו זיך דעם עולם. זי פֿלעגט שטענדיק אַרומגערינגלט װערן פֿון אַ סך מענטשן, װעלכע האָבן געהאַלטן פֿאַר אַ זכיה צו באַגריסן זי און אַ שמועס צו טאָן מיט איר אַלײן.
בעל פֿלעגט טײלן זיך מיט אירע דערמאָנונגען װעגן שלום־עליכם, דערצײלן פֿאַרשײדענע געשיכטעס פֿון זײַן לעבן, רעציטירן זײַנע װיצן און אַפֿאָריזמען. זי האָט ליב געהאַט צו דערמאָנען דעם בריװ, װאָס ער האָט איר צוגעשיקט פֿון ניו־יאָרק, װען זי איז געװען פֿיר יאָר אַלט. אין יענעם בריװ, האָט דער זײדע אױסגעדריקט זײַן װוּנטש, זי זאָל װאָס גיכער אױסװאַקסן און זיך אױסלערנען שרײַבן בריװ צו אים.
און טאַקע מיט דער צײַט האָט זי זיך אױסגעלערנט שרײַבן ניט בלױז בריװ, נאָר אױך ליטעראַרישע װערק. זי איז נאָך געװען אַ זיבן־יאָריק מײדעלע, װען איר פּאָעמע אױף רוסיש Весна — „פֿרילינג‟, איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אין אָדעס, װוּ זי האָט פֿאַרבראַכט אירע קינדער־יאָרן. און שפּעטער, נאָך איר אַריבערפֿאָרן, צוזאַמען מיט די עלטערן, קײן אַמעריקע אין 1923, האָט זי די אַלע מניות און יסורים פֿון אימיגראַנטישן לעבן גובֿר געווען און פֿאַרענדיקט דעם „האַנטער־קאָלעדזש‟ און דעם „קאָלומביע‟־אוניװערסיטעט. זי איז געוואָרן אַ לערערין, אָבער אין דער זעלבער צײַט געשריבן אַרטיקלען, עסײען און דערצײלונגען פֿאַר ענגליש־שפּראַכיקע אױסגאַבעס…
די טראַדיציאָנעלע פֿאָרלײענונג פֿון שלום־עליכמס ליטעראַרישע װערק האָט זיך הײַיאָר אָנגעהױבן מיטן רעציטירן אײניקע פֿראַגמענטן פֿון זײַן עטישער צװאה אױף ייִדיש און ענגליש. געטאָן האָבן עס דער באַקאַנטער אַקטיאָר פֿון דער ייִדישער בינע, שײן בײקער, און דעם שרײַבערס אײניקל, ד”ר שערװין קאַופֿמאַן (ער האָט אױך פֿאָרגעלײענט זײַן שװעסטערס ענגלישע איבערזעצונג פֿון דער ייִדישער עפּיטאַפֿיע, אױסגעקריצט אױף שלום־עליכמס מצבֿה אױפֿן אַלטן „הר־הכּרמל‟ בית־עלמין אין קװינס).
שערװין איז אַ פּענסיאָנירטער דאָקטער און אױך אַ קאָמפּאָזיטאָר, אַן אױטאָר פֿון אַ היפּש ביסל מוזיקאַלישע װערק און טעקסטן צו לידער. אין עטלעכע װאָכן אַרום, װערט ער 95 יאָר אַלט, ביז 120!
די רשימה פֿון שלום־עליכמס שאַפֿונגען, רעציטירט פֿון אָנגעעזענע שױשפּילער און קולטור־טוער, האָט אײַנגעשלאָסן: „אַ מעשׂה װעגן דעם זײגער, װאָס האָט געשלאָגן דרײַצן‟, געלײענט אױף ענגליש פֿון דזשאָרדז גידעל; „אַ מענה־לשון פֿון אַ שטיפֿמאַמע‟, געלײענט אױף ייִדיש פֿון חיים װאָלף; אַ מעשׂה פֿון „די אײַזנבאַן־געשיכטעס‟, אױסגעפֿירט אין זײַן אײגענער ענגלישער איבערזעצונג פֿון שײן בײקער און אַנדערע דערציילונגען.
בעל קאַופֿמאַן און איר קוזינע, טאַמאַרע בערקאָװיטש, זײַנען געװען די אײנציקע אײניקלעך פֿון שלום־עליכם, װאָס ער האָט זיי געזען בײַ זײַן לעבן. בעתן שרײַבערס הזכּרות אין די לעצטע יאָרן, פֿלעגט בעל זאָגן, אַז איצטער איז זי, אַ פּנים, געבליבן די אײנציקע אױף דער גאַנצער װעלט צװישן די לעבעדיקע נפֿשות, װעלכע האָבן געקענט און געדענקט אים גופֿא. מיט דער פּטירה פֿון בעל קאַופֿמאַן האָט זיך איבערגעריסן דער לעצטער לעבעדיקער פֿאָדעם, װאָס האָט דירעקט פֿאַרבונדן אונדזער צײַט מיטן שרײַבערס תּקופֿה. איך געדענק, װי מיט דרײַ יאָר צוריק, האָט בעל קאַופֿמאַן דערקלערט, אַז אירע קרובֿים פֿון ייִנגערע דורות וועלן ממשיך זײַן זײער משפּחה־טראַדיציע פֿון שלום־עליכמס יאָרצײַטן. און אָט דער געבאָט אירער װערט איצט פֿאַרװירקלעכט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.