ישׂראלדיקע פֿרוי גייט צו קינד צו 65 יאָר

Israeli Woman Gives Birth at Age 65


פֿון ייִט״אַ

Published May 20, 2015, issue of June 12, 2015.

אַ 65־יאָריקע חסידישע פֿרוי איז געוואָרן די עלטסטע פֿרוי צו גיין צו קינד אין ישׂראל, און איינע פֿון די עלטסטע אויף דער גאַנצער וועלט.

חיה־שׂרה שחר, פֿון בני־ברק, האָט געהאַט איר ערשט קינד, אַ געזונט ייִנגעלע, מאָנטיק אינעם „מאיר־שפּיטאָל‟ אין כּפֿר־סבא, גיט איבער די „דזשערוסאַלעם פּאָסט‟.

שחר האָט שוין 45 יאָר לאַנג געפּרוּווט טראָגעדיק ווערן. דאָס עופֿעלע, וואָס מע האָט אַרויסגענומען דורך אַ קײַזערשניט, איז באַפֿרוכפּערט געוואָרן דורך ספּערמע, וואָס מע האָט דער משפּחה אָדער געשאָנקען, אָדער פֿאַרקויפֿט.

שחר און איר מאַן, שמואל, האָבן געזאָגט, אַז איר הצלחהדיק טראָגן און האָבן איז אַ דאַנק דער ברכה פֿון זייער רבין.

פֿאַראַיאָרן האָט אַן 61־יאָריקע פֿרוי געהאַט איר ערשט ייִנגעלע אין „שערי־צדק־שפּיטאָל‟ אין ירושלים.

ס׳איז נישט קלאָר, ווער איז די עלטסטע פֿרוי צו האָבן אַ קינד. אין 2013, האָט די בריטישע צײַטונג „דיילי מייל‟ איבערגעגעבן, אַז ראַדזשאָ דעווי לאָהאַן פֿון אינדיע האָט געשלאָגן דעם רעקאָרד, האָבנדיק געבוירן אַ קינד מיט זעקס יאָר פֿריִער, צו 69 יאָר. אָבער אין 2008 האָט „איי־בי־סי ניוס‟ דערציילט וועגן אַ צווייטער אינדישער פֿרוי, אָמקאַרי פּאַנקוואַר, וואָס האָט געהאַט אַ צווילינג צו 72 יאָר.

ד״ר טל בירון, אַן אַקושאָרין און גינעקאָלאָגין אין „מאיר־שפּיטאָל‟, האָט געזאָגט דער „דזשערוסאַלעם פּאָסט‟, אַז שחר קאָן אַפֿילו זייגן דאָס קינד, נישט געקוקט אויף איר הויכן עלטער.

דערקלערנדיק, אַז „מיר עצהן נישט‟ פֿרויען צו פּרוּוון ווערן טראָגעדיק נאָכן עלטער פֿון 54 יאָר, האָט בירון צוגעגעבן: „מיר האָבן זיך שטאַרק דערפֿרייט, ווען דאָס קינד איז געבוירן געוואָרן. איך האָב נישט קיין ספֿק, אַז זי וועט זײַן אַן אויסגעצייכנטע מאַמע, און דאָס עופֿעלע איז מלא־חן.‟