ווען די דעלעגאַטן פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿוסבאָל־ליגע, FIFA, וועלן די קומעדיקע וואָך אָפּשטימען, צי מע זאָל באַזײַטיקן ישׂראל פֿון דער ליגע, וועלן זיי באַזירן זייער באַשלוס אויף דרײַ פּאַלעסטינער טענות: אַז ישׂראל באַגרענעצט אומיושרדיק די פּאַלעסטינער פֿרײַ אַרומצופֿאָרן; אַז ישׂראל דערלויבט ייִדישע מאַנשאַפֿטן אין די אָקופּירטע שטחים, און אַז אַ גרופּע ישׂראלדיקע פֿוסבאַל־פֿאַנאַטיקער זענען ראַסיסטן.
וואָס שייך די ערשטע צוויי ענינים, וועלן די דעלעגאַטן דאַרפֿן באַטראַכטן די ענינים פֿון זיכערהייט, ציווילע רעכט און אומאָפּהענגיקייט, אָבער אויב די דעלעגאַטן באַטראַכטן די דריטע טענה, זאָלן זיי גיכער אַרײַנקוקן אין שפּיגל.
אמת, געוויסע ישׂראלדיקע פֿאַנאַטיקער זענען ראַסיסטן, און דאָס מוז מען פֿאַרדאַמען מיט אַלע כּוחות. אָבער דאָס זעלבע איז אמת פֿאַר אַ סך פֿאַנאַטיקער איבער אייראָפּע און דער וועלט.
מע זעט דעם ישׂראלדיקן ראַסיזם בײַ די מאַטשן פֿון דער מאַנשאַפֿט „ביתּר ירושלים‟, וווּ די פֿאַנאַטיקער שרײַען „טויט צו די אַראַבער‟ און אַנדערע ראַסיסטישע לאָזונגען און לידער, בעת זיי קוקן ווי זייער מאַנשאַפֿט שפּילט. אין 2013 האָבן זיי פּראָטעסטירט דאָס אָנשליסן צוויי טשעטשענער מוסולמענישע שפּילער אין זייער מאַנשאַפֿט, דורך האַלטן אַנטי־מוסולמענישע טראַנספּאַראַנטן און שרײַען אַנטי־מוסולמענישע לאָזונגען.
מיט אַ יאָר פֿריִער, נאָך אַ „ביתּר‟־מאַטש, האָבן די פֿאַנאַטיקער זיך אַרײַנגעריסן אין אַ דערבײַיִקן אײַנקויף־צענטער און שטאַרק צעשלאָגן די אַראַבישע אַרבעטער. דאָס איז די איינציקע ישׂראלדיקע מאַנשאַפֿט, וואָס האָט קיין מאָל נישט אַרײַנגענומען קיין אַראַבישן שפּילער, און אין אַ באַריכט אויפֿן ספּאָרט־קאַנאַל ESPN, האָבן די אַראַבישע שפּילער געזאָגט, אַז זיי פֿילן זיך באַלעסטיקט, ווען זיי שפּילן קעגן „ביתּר‟.
„ביתּר‟ איז אָבער נישט אַליין. אין האָנג־קאָנג אין 2013 האָבן די פֿוסבאָל־פֿאַנאַטיקער גערופֿן די שפּילער פֿון דער פֿיליפּינער מאַנשאַפֿט „שקלאַפֿן‟ און זיי באַוואָרפֿן מיט פֿלעשער. אין איטאַליע פֿאַראַיאָרן האָבן די פֿאַנאַטיקער פֿונעם אַטלאַנטע־קלוב געוואָרפֿן באַנאַנעס אויף די שוואַרצע שפּילער פֿון דער מאַנשאַפֿט AC Milan — עפּעס וואָס איז שוין געשען אויף מאַטשן אין אַנדערע לענדער אויך.
איבער אייראָפּע האָבן די פֿאַנאַטיקער געשריגן ראַסיסישטע לאָזונגען קעגן שוואַרצע שפּילער. אין 2004, האָט מען באַשטראָפֿט דעם טרענירער פֿון דער שפּאַנישער מאַנשאַפֿט, לויִס אַראַגאָנעס, פֿאַר האָבן געשאָלטן אַ שוואַרצן שפּילער פֿון דער צווייטער מאַנשאַפֿט, נישט וויסנדיק, אַז דער מיקראָפֿאָן איז אָנגעשטעלט. הײַיאָר איז אַ מאָסקווער מאַנשאַפֿט באַשטראָפֿט געוואָרן נאָך דעם ווי די פֿאַנאַטיקער האָבן געפֿאָכעט מיט אַ נאַציסטישער פֿאָן.
ישׂראל האָט שוין באַשטראָפֿט ביתּר פֿאַר די ראַסיסטישע לאָזונגען פֿון זייערע פֿאַנאַטיקער, און מע האָט גערופֿן די מאַנשאַפֿט צו פֿאַרדאַמען די באַמערקונג פֿונעם טרענירער קעגן די אַראַבישע שפּילער.
אויב די דעלעגאַטן באַשליסן די קומעדיקע וואָך צו באַזײַטיקן ישׂראל צוליב דעם ראַסיזם פֿון זייערע פֿאַנאַטיקער, הייסט עס, אַז זיי באַשטראָפֿן ישׂראל פֿאַר אַ חטא, וואָס מע מוז מיט שטאַרק פֿאַרדאַמען נישט בלויז אין ירושלים, נאָר איבער דער גאַנצער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.