(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/3462)
הײַיאָר, וועסנע־צײַט, האָב איך זיך געטראָפֿן מיטן געוועזענעם רבֿ פֿון דער ייִדישער קהילה אין יאַפּאַן, מאַרווין טאָקײער. געשען איז עס אין ישׂראל, אין אַ קליינעם ייִשובֿ, וווּ עס וווינט מײַן טאָכטער. מיט הרבֿ מאַרווין טאָקײער האָב איך זיך באַקענט, שטעלט זיך פֿאָר, אין ביראָבידזשאַן, זומער 2010, ווען צו מיר האָט זיך געוואָנדן מרדכי שיינער, דער הויפּט־רבֿ פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, מיט אַ בקשה, כ‘זאָל דורכפֿירן אַ טור מיט אַ גרופּע טוריסטן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע און ישׂראל. ווי גרויס איז אָבער געווען מײַן חידוש, ווען כ‘האָב זיך דערוווּסט, אַז צווישן די טוריסטן וועט אויך זײַן הרבֿ טאָקײער, דער מחבר פֿונעם באַקאַנטן בוך „דער פֿוגו־פּלאַן‟, וואָס אַ דאַנק יענעם פּלאַן, זײַנען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה געראַטעוועט געוואָרן טויזנטער ייִדן.
דאָס איז שוין געווען זײַן צווייטער באַזוך אין ביראָבידזשאַן; דאָס ערשטע מאָל איז טאָקײער געקומען אַהין אין 1970, מע קאָן זאָגן, האַלב־לעגאַל. דער איצטיקער באַזוך האָט אויסגעזען גאָר אַנדערש; ער האָט דערפֿילט גאָר אַן אַנדער באַציִונג צו אים סײַ מצד דער פֿירערשאַפֿט פֿון דער געגנט און סײַ מצד די אײַנוווינער. אין זײַן באַגריסונג האָט ער געזאָגט: „כ‘האָב קיין מאָל אין מײַן לעבן נישט געטראַכט, אַז כ‘וועל נאָך אַ מאָל קומען קיין ביראָבידזשאַן; אַז כ‘וועל קאָנען דאָ רעדן ייִדיש אין אַ ייִדישער ביבליאָטעק אויף שלום־עליכמס נאָמען. איך בין שוין אויסגעווען אויף אַלע קאָנטינענטן, אָבער די באַגעגעניש דאָ וועל איך פֿאַרגעדענקען אויפֿן גאַנצן לעבן‟…
צו זיך אַהיים אין ייִשובֿ האָט מײַן טאָכטער געבראַכט מאַרווין טאָקײערן גלײַך אויפֿן צווייטן טאָג נאָך זײַן קומען קיין ישׂראל. נאָכן באַקענען אים מיט אירע ווערק, געמאַכט פֿון גלאָז, האָבן מיר ממשיך געווען אונדזער שמועס בײַ אַ געדעקטן טיש. צווישן אַנדערן האָב איך אים געפֿרעגט, צי האָט ער עפּעס אָנגעשריבן אין די לעצטע יאָרן? דעמאָלט האָט מאַרווין אָנגערופֿן דעם נאָמען פֿון זײַן נײַ בוך „פֿעפֿער, זײַד און העלפֿאַנד־ביין‟, אָנגעשריבן צוזאַמען מיט דער שרײַבערין און טעלעוויזיע־פּראָדוצענט, ד״ר עלען ראָדמאַן.
„ווי מיינטסו, — האָט ער מיך געפֿרעגט, — וואָס איז די פֿאַרבינדונג צווישן אָט די דרײַ פֿאַרשידענע זאַכן?‟ — און ווי אַן עכטער ייִד, האָט ער אַליין געענטפֿערט: „אין דעם בוך ווערט דערציילט וועגן דעם ייִדישן לעבן אין כינע, יאַפּאַן, סינגאַפּור, אינדיע און בירמע, וווּ די רעליגיעזע טאָלעראַנטקייט שליסט אויס יעדע מעגלעכקייט צו רודפֿן ייִדן; וואָס זשע פֿאַרבינדט די אַלע לינדער פֿון דרום־מיזרח־אַזיע? ריכטיק: פֿעפֿער, זײַד און העלפֿאַנד־ביין.‟
הרבֿ טאָקײער האָט דערציילט, אַז לאַנגע יאָרן איז אים אויסגעקומען צו לעבן אין אָט די וועלט־טיילן, זיך באַגעגענען מיט כּל־מיני מענטשן, אויסהערן וווּנדערלעכע געשיכטעס וועגן ייִדן, וועלכע האָבן זיך דערשלאָגן הויכע פּאָזיציעס אין דער געזעלשאַפֿט. מיט אַ סך פֿון זיי איז ער געווען פּערזענלעך באַקאַנט און פֿלעגט באַקומען דאָקומענטן און אוניקאַלע זאַכן פֿון זייערע אַרכיוון.
„איך בין געווען פֿאַרכּישופֿט פֿון די געשיכטעס וועגן ייִדן, — האָט ער זיך דערמאָנט, — וועלכע זײַנען געווען טעטיק אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿון לעבן אין ווײַטן־מיזרח, אָנהייבנדיק נאָך פֿון דער קאָלאָניע קײַפֿען. אַגבֿ, צוויי ייִדישע שוועסטער סון, האָבן חתונה געהאַט מיט מאַאָ און מיט טשיאַנג קײַ־שעק.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.