צװיי זשורנאַליסטן פֿון אַ פּאָפּולערער טעלעװיזיע־פּראָגראַם זײַנען געפֿאָרן קיין טעהעראַן און דאָרטן אינטערװיויִרט צוויי פֿון די באַשולדיקטע איראַנער אין דעם אַטענטאַט אויף דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, װאָס װערן געזוכט פֿון דער אַרגענטינער יוסטיץ. אין דער פּראָגראַם, װאָס איז געװיזן געװאָרן מאָנטיק, דעם 18טן מײַ, האָבן זיי באַשולדיקט דעם באַזײַטיקטן אַרגענטינער שפּיאָן כאַימע סטיוסאָ, און זיי האָבן רעקאָמענדירט דער אַרגענטינער פּרעזידענטין זיך נישט צוהערן צו די ציוניסטן.
זיי האָבן אויך דערקלערט, אַז די צײַטונג „קלאַרין‟ האָט כּסדר אויסגעטראַכט בילבולים קעגן איראַן אין 1994, אין אַ צײַט װען די „ציוניסטן האָבן געליטן אַ קלאַפּ מצד איראַן‟. עס האָט גערופֿן די אויפֿמערקזאַמקייט, װאָס די זשורנאַליסטן האָבן נישט געפֿרעגט, װאָס ס‘האָט די צײַטונג אויסגעטראַכט און װאָס פֿאַר אַ קלאַפּ האָט געליטן ישׂראל. די רייד פֿון די איראַנער זײַנען געװען פֿול מיט אַנטיסעמיטישע לאָזונגען, און די זשורנאַליסטן האָבן קיין מאָל נישט רעאַגירט. אויף דער פֿראַגע, צי זיי װאָלטן זיך צוגעשטעלט צום אַרגענטינער געריכט, האָט איינער פֿון די באַשולדיקטע געענטפֿערט: „אויב די אַרגענטינער באַאַמטע װאָס האָבן בטל געמאַכט דעם אָפּמאַך פֿון צושטעלן אוראַניום איראַן, װאָלט זיך צוגעשטעלט איבער די סיבות אין אַן איראַנער געריכט‟.
די זשורנאַליסטן האָבן אויך װעגן דעם גאָר נישט קאָמענטירט. די „דאַיאַ‟ און כּמעט די גאַנצע אַרגענטינער פּרעסע האָבן רעאַגירט און זיך אַרויסגעזאָגט, אַז דער אינטערװיו איז געװען לעכערלעך, טראָגט גאָר נישט נײַ, און ער איז פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַן אַנטיסעמיטישער פּלאַטפֿאָרם פֿאַר די באַשולדיקטע איראַנער.
מאָנטיק, דעם 18טן מײַ, בײַ אַ חבֿרלעכן כּשרן מיטאָג, האָבן זיך געטראָפֿן פֿאָרשטייער פֿון דער קאַטוילישער קירכע מיט פֿאָרשטייערס פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה. זיי האָבן פּלאַנירט צוקונפֿטיקע אַקטיװיטעטן צו פֿאַרשטאַרקן דעם צװישן־רעליגיעזן דיאַלאָג, צוגרייטן פֿירער פֿאַר געמיינזאַמע טעטיקייטן און מיטאַרבעט דורכצופֿירן סאָלידאַרע אַקציעס אין נויטבאַדערפֿטיקע געגנטן פֿונעם לאַנד.
די „העבראַיִקאַ‟ האָט זונטיק, דעם 17טן מײַ, פֿאַרטיילט די „אײַנשטיין־פּרעמיעס‟. הײַיאָר זײַנען אויסגעצייכנט געװאָרן עסקנים און דער קולטור־סעקרעטאַר כעראַרדאָ מאַזור פֿאַר זייער בײַטראָג. נאָך דעם האָט דער קלאַסישער יוגנט־אָרקעסטער פֿון דער אינסטיטוציע דורכגעפֿירט אַ קאָנצערט.
מיטװאָך דעם, 20סטן מײַ האָט „כאַג־כודיאָס אַרכענטינאָס גייס‟, אַ גרופּע װאָס קעמט פֿאַר די רעכט פֿון ייִדישע האָמאָסעקסואַלן, געפֿײַערט דעם אינטערנאַציאָנאַל טאָג קעגן דער האָמאָפֿאָביע, מיט אַ רונדנטיש, װוּ עס האָבן זיך באַטייליקט די ראַבינערקע קאַרינאַ פֿינקלשטיין, די אַדװאָקאַטן ראָמינאַ טשאַרור און די פּסיכאָלאָגין סילװיאַ פּאַפּוטשאַדאָ.
דער דריטער מאַרש פֿון „פֿאַקלען פֿאַרן חורבן‟ איז פֿאָרגעקומען אין בוענאָס־אײַרעס, דאָנערשטיק דעם 14טן מײַ. אָרגאַניזירט פֿונעם ייִשובֿ, קאָאָרדינירט פֿון דער „דאַיאַ‟ מיט דער שטיצע פֿון בילדונג־מיניסטעריום און דער צענטראַלע פֿאַר מענטשנרעכט פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער מוניציפּאַליטעט, די קירכע און דעם צענטראַלן „ועד החינוך‟ פֿון דער קהילה, — האָבן אַ 1,500 ייִדישע און ניט־ייִדישע יוגנטלעכע מאַרשירט איבער די גאַסן מיט ברענענדיקע פֿאַקלען. עס האָבן זיי באַגלייט עלטערן און פֿאָרשטייער פֿון דער שארית־הפּליטה. זיי האָבן אַזוי דערמאָנט די קרבנות פֿון נאַציזם, באַערט די העלדן פֿון אויפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ. זיי האָבן מאַרשירט ביזן מאָנומענט, װאָס דערמאָנט דעם חורבן.
די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדאָרין דורית שבֿיט, האָט דערקלערט, דינסטיק, דעם 19טן מײַ, אַז ניסמאַנס טויט איז געװען אַ שטאַרקער קלאַפּ פֿאַר ישׂראל; דערפֿאַר איז זייער װיכטיק מען זאָל גרינטלעך אויספֿאָרשן דעם ענין. „מיר װילן אויך װיסן, װאָס איז געשען אינעם אַטענטאַט אויף דער אַמבאַסאַדע‟. און װאָס שײך די דערקלערונגען פֿון געװעזענעם ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אַבֿירן, װאָס האָט דערקלערט, אַז ישׂראל האָט זיך שוין אָפּגערעכנט מיט די, װעלכע האָבן דורכגעפֿירט דעם אַטענטאַט, האָט זי געזאָגט, אַז זי װייסט נישט פֿון װאַנען האָט ער גענומען די אינפֿאָרמאַציע, און אַז די אַרגענטינער רעגירונג און די יוסטיץ האָבן אים דערװײַל ניט אַרויסגערופֿן ער זאָל װעגן דעם ענין אינפֿאָרמירן.
זי האָט אויך געזאָגט, אַז זי װייסט נישט, צי „כעזבאָלאַ‟ אַרבעט אין אַרגענטינע, אָבער זי איז זיכער, אַז זייער צענטראַלע פֿונקציאָנירט בײַ דער גרענעץ צװישן אַרגענטינע, בראַזיל און פּאַראַגװײַ. זי פֿאַרשטייט נישט, פֿאַר װאָס די פּרעזידענטין האָט באַשולדיקט די „דאַיאַ‟ אין שטיין אין קאָנטאַקט מיט די עקאָנאָמישע פֿאָנדן װאָס מאָנען, אַז אַרגענטינע זאָל אויסצאָלן דעם פֿולן חובֿ, און זי האַלט, אַז די באַציִונגען צװישן דער רעגירונג און דער ייִדישער פֿאָרשטייערשאַפֿט רופֿט אַרויס אומרו און זאָרג.
ישׂראל רעספּעקטירט די אַרגענטינער רעגירונג אָבער זי טאָר זיך נישט פֿאַרלאָזן אויף איראַן, װײַל זי איז נישט פֿאַרטרוילעך. װאָס שײַך דער נײַער אַרגענטינער רעגירונג, װאָס דאַרף אויסגעװײלט װערן אין חודש דעצעמבער, האָפֿט זי, אַז די פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיט ישׂראל װעלן װײַטער אָנגיין. איך קען אַלע קאַנדידאַטן און עס װעט זײַן לײַכט צו אַרבעטן מיט דעם געװינער פֿון די װאַלן, װעלכער עס זאָל נישט זײַן דער רעזולטאַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.