די וואָך האָט די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע דעקלאַספֿיצירט די פּרטים פֿון די הונדערטער בריוו, ביכער, זשורנאַל־אַרטיקלען און אַנדערע מאַטעריאַלן, וואָס מע האָט געפֿונען אינעם געהיימען בונקער פֿונעם „אַל־קײַדאַ‟־גרינדער, אָסאַמאַ בין־לאַדען.
צווישן די דאָקומענטן, וואָס די אַמעריקאַנער ספּעציעלע כּוחות האָבן אַרויסגענומען פֿון בין־לאַדענס בונקער בעת זייער אָבלאַווע אין מײַ 2011, איז געווען אַן אַפּליקאַציע זיך אָנצושליסן אין „אַל־קײַדאַ‟, ווי אויך די פּערזענלעכע קאָרעספּאָנדענץ צווישן אָבאַמאַ און זײַנע קרובֿים.
מע האָט אויך פֿאַרעפֿנטלעכט בין־לאַדענס דיגיטאַלישע זאַמלונג פֿון 266 ביכער ענגליש־שפּראַכיקע ביכער, באַריכטן פֿון עקספּערטן־קאָמיסיעס און אַמעריקאַנער רעגירונג־דאָקומענטן.
צווישן די ביכער זענען Obama’s Wars [אָבאַמאַס מלחמות] פֿון באָב וווּדוואַרד; עטלעכע בענד פֿונעם ייִדישן פֿילאָסאָף און פּאָליטישן קאָמענטאַטאָר, נועם כאָמסקי; ביכער וועגן דעם חורבן און חורבן־לייקענונג, און „דער באַריכט פֿון דער 9/11־קאָמיסיע‟.
די בריוו צווישן בין לאַדען און זײַן גרויסער צאָל קינדער האָבן אים אַנטפּלעקט פֿאַר אַ באַליבטן און רעספּעקטירטן טאַטן, און אין אַ בריוו צו איינער פֿון זײַנע ווײַבער, האָט ער געשריבן, אַז טאָמער וועט ער דערהרגעט ווערן, מעג זי ווידער חתונה האָבן, אָבער „אויף יענער וועלט‟ וועט זי מוזן אויסקלײַבן איינעם פֿון אירע מענער, מיט וועמען זי וועט שוין פֿאַרבלײַבן אויף אייביק. „איך וויל טאַקע דיך פֿאַר מײַן פֿרוי אין גן־עדן,‟ האָט ער געשריבן.
אינעם בריוו, אָנגעשריבן אין אויגוסט 2008, האָט ער זי אויך געהייסן „דערציִען די קינדער אויפֿן ריכטיקן דרך, און היט זיי, אַז זיי זאָלן זיך נישט באַפֿרײַנדן מיט אַ שלעכטער חבֿרה‟.
אין דער אַפּליקאַציע פֿאַר פּאָטענציעלע מיטגלידער פֿון „אַל־קײַדאַ‟, האָט מען געשטעלט פֿראַגעס ווי: „צי ווילט איר דורכפֿירן אַ זעלבסטמערדערישע אָפּעראַציע?‟ „וואָס פֿאַר אַ צילן ווילט איר דערגרייכן אויף אײַער ׳דזשיהאַד׳־וועג?‟ און „וועמען זאָלן מיר קלינגען, אינעם פֿאַל, אויב איר ווערט אַ מאַרטירער?‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.