בעת אַ דעבאַטע צווישן די קאַנדידאַטן פֿאַר פּרעזידענט פֿון פּוילן, האָט דער אַמטירנדיקער פּרעזידענט, בראָניסלאָוו קאָמאָראָווסקי, פֿאַרטיידיקט זײַן פֿריִערדיקע באַשטעטיקונג, אַז אַ טייל פּאָליאַקן האָבן געשפּילט אַ ראָלע אינעם חורבן.
קאָמאָראָווסקי האָט געפֿירט די דעבאַטע מיט זײַן קאָנקורענט, אַנדזשיי דודאַ — אַ קאָנסערוואַטיווער קאַנדידאַט, וועלכער האָט שוין פֿריִער געהאַט קריטיקירט קאָמאָראָווסקין פֿאַר האָבן אויסגעדריקט אַנטשולדיקונג פֿאַר דער שחיטה, וואָס אַ גרופּע פּוילישע פֿאַרמער האָבן דורכגעפֿירט קעגן זייערע ייִדישע שכנים אין יעדוואַבנע אין 1941.
דער פּאָגראָם, אין וועלכן די דאָרפֿסלײַט האָבן פֿאַרשפּאַרט אין אַ שײַער און לעבעדיקערהייט פֿאַרברענט צענדליקער ייִדן, איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דורכן היסטאָריקער יאַן גראָס אין די אָנהייב 2000־ער יאָרן.
די אַנטפּלעקונג האָט שטאַרק אויפֿגעבראַכט די פּוילישע נאַציאָנאַליסטן, וועלכע האָבן געטענהט, אַז עס זענען נישטאָ גענוג באַווײַזן צו באַשטעטיקן, אַז דאָס איז טאַקע געשען, און אַז דער ענין שילדערט פּוילן ווי אַ לאַנד פֿון פֿאַרברעכער, אַנטשטאָט אַ לאַנד פֿון קרבנות אונטער דער נאַצישער אָקופּאַציע.
איבערחזרנדיק זײַנע פֿריִערדיקע באַמערקונגען אויף דער טעמע, האָט דער 62־יאָריקער קאָמאָראָווסקי דערקלערט בעת דער דעבאַטע דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק: „דאָס לאַנד פֿון געליטענע איז אויך געווען אַ לאַנד פֿון פֿאַרברעכער.‟
לויט די היסטאָריקער, זענען פֿאָרגעקומען עטלעכע פֿאַלן, אין וועלכע די פּאָליאַקן האָבן אויסגעהרגעט זייערע ייִדישע שכנים, און וווּ די דײַטשן האָבן בכלל נישט געשפּילט קיין ראָלע, ווי, למשל, אינעם דאָרף וואַסאָש, וווּ מע פֿירט איצט דורך אַן אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונג. אַ טייל פּוילישע דאָרפֿסלײַט האָבן דערהרגעט ייִדן דורך פּאָגראָמען, וואָס זיי האָבן דורכגעפֿירט נאָכן חורבן, ווען די נאַציס האָבן מער נישט אָקופּירט זייער לאַנד.
דודאַ האָט באַצייכנט קאָמאָראָווסקיס באַמערקונגען ווי „אַ פּרוּוו צו צעשטערן די גוטע רעפּוטאַציע פֿון פּוילן‟.
„שווערע און פּײַנלעכע קאַפּיטלען פֿון אונדזער געשיכטע טאָר מען נישט באַהאַלטן,‟ האָט קאָמאָראָווסקי, אַ רעכט־געשטימטער צענטריסט געענטפֿערט. „די מענטשן, וואָס זעען נישט יענע קאַפּיטלען פֿאַרמאַכן די אויגן צו דער ווירקלעכער געשיכטע.‟
די דעבאַטע איז דורכגעפֿירט געוואָרן נאָך דעם ווי דודאַ האָט געוווּנען 34.76% פֿון די שטימען אין דער ערשטער רונדע פֿון די פּרעזידענטישן וואַלן — 1% מער ווי די שטימען פֿאַר קאָמאָראָווסקי.
לויט די אַנקעטעס, האָט קאָמאָראָווסקי געוווּנען די דעבאַטע מיט אַ גרויסער מערהייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.