ייִדישע קונסט פֿון אַװאַנגאַרד ביז קאָנצעפּטואַליזם

Jewish Art from Avant-Garde to Conceptualism


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published May 27, 2015, issue of June 12, 2015.

די אױסשטעלונג אינעם מאָסקװער ייִדישן מוזײ, „מיטצײַטלער פֿון דער צוקונפֿט: ייִדישע קינסטלער אינעם רוסישן אַװאַנגאַרד, 1910—1980‟ — שטעלט מיט זיך פֿאָר דרײַ שטרעמונגען אין דער רוסישער גראַפֿיק און מאָלערײַ, אין װעלכע די ייִדן האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע. מען הײבט אָן מיט דעם אַװאַנגאַרד פֿון די 1910ער–1920ער יאָרן, דעם קרײַז פֿון „קולטור־ליגע‟ און זײַן המשך אין דער סאָװעטישער צײַט. דערנאָך קומט דער אַזױ־גערופֿענער צװײטער אַװאַנגאַרד פֿון די 1960ער יאָרן און דער „מאָסקװער קאָנצעפּטואַליזם‟ פֿון די 1970ער.

װי באַרעכטיקט איז צו באַשרײַבן אָט די אַלע גרופּעס װי אַ ייִדישע קונסט? פֿאַר דער אױסשטעלונג אינעם ייִדישן מוזײ האָט מען אױסגעקליבן לרובֿ קינסטלער, װאָס זײַנען ייִדן, אָבער דאָס אַלײן מאַכט נאָך ניט זײער קונסט „ייִדיש‟. עס איז גרינג צו זען דעם ייִדישן כאַראַקטער אין די װערק פֿון דער ערשטער גרופּע, אַזעלכע װי ישׂשׂכר בער ריבאַק, מאַרק שאַגאַל, נתן אַלטמאַן, װאָס האָבן געזוכט נײַע מיטלען און פֿאָרמען אויסצודריקן מאָדערנע װעלטלעכע ייִדישקײט. שפּעטער זײַנען אײניקע פֿון זײ געװאָרן אָנערקענטע סאָװעטישע קינסטלער, אַנדערע — אַװעק אין שאָטן אָדער עמיגרירט. 

אין די 1950ער איז דער אַװאַנגאַרד פֿון די 1920ער יאָרן נעלם געװאָרן פֿון דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער קונסט־געשיכטע און פֿון די סאָװעטישע מוזײען. ער איז װידער „אַנטדעקט‟ געװאָרן אין די 1960ער יאָרן דורך די יונגע קינסטלער, װאָס האָבן זיך אַנגקעגנגעשטעלט דער סאָװעטישער אידעאָלאָגיע. דער אידעאָלאָג פֿונעם „צװײטן אַװאַנגאַרד‟, מיכאל גראָבמאַן, האָט פּראָקלאַמירט אַ נײַע ייִדישע קונסט, װאָס זאָל זיך אומקערן צו די אוראַלטע װאָרצלען און שאַפֿן אַ נײַ סימבאָליש לשון דורך צונױפֿשמעלצן דעם פּאַטאָס פֿון נבֿיאים מיט די פֿאָרמען פֿונעם רוסישן אַװאַנגאַרד. אָבער אַנדערע קינסטלער פֿון זײַן דור האָבן געהאַט אַ קנאַפּן אינטערעס אין ייִדישקײט. נאָך זײַן עליה האָט גראָבמאַן ממשיך געװען זײַנע זוכענישן פֿון נײַע אַװאַנגאַרדיסטישע פֿאָרמען פֿון ייִדישער קונסט אין ישׂראל אין די 1970ער יאָרן, אָבער קײן סך דערפֿאָלג, מחוץ דער רוסישער עמיגראַנטישער סבֿיבֿה, האָט ער ניט געהאַט.

די סאַמע באַרימטע און דערפֿאָלגרײַכסטע גרופּע זײַנען געװען די „מאָסקװער קאָנצעפּטואַליסטן‟. די נעמען פֿון איליאַ קאַבאַקאָװ, װיטאַלי קאָמאַר און אלכּסנדר מעלאַמיד זײַנען געװאָרן װעלט־באַקאַנט; זײערע אױסשטעלונגען קומען פֿאָר אין די גרעסטע מוזײען, און זײערע װערק קאָסטן אַ מאַיאָנטעק. הגם אַ סך פֿון די קאָנצעפּטואַליסטן זײַנען געװען ייִדן, האָט זײער קונסט ניט קיין בולטע ייִדישע סימנים. די מאָסקװער קאָנצעפּטואַליסטן האָבן אַנאַליטיש געפֿאָרשט די סאָװעטישע אידעאָלאָגיע און איר השפּעה אױף קונסט, אַנטבלױזט די סתּירות צװישן דער טאָג־טעגלעכער װירקלעכקײט און דער קאָמוניסטישער פּראָפּאַגאַנדע. זײער גרעסטער חידוש איז געװען אין דעם, װאָס זײ האָבן זיך באַנוצט מיט נײַע פֿאָרמען און מעדיומס, אַזעלכע װי אינסטאַלאַציע און פֿאָרשטעלונג־קונסט. 

דער ענין פֿון ייִדישקײט אין קונסט װערט אַרומגערעדט אינעם קאַטאַלאָג פֿון דער אױסשטעלונג. באָריס גרױס, דער חשובֿסטער טעאָרעטיקער פֿון דער קאָנצעפּטואַלער קונסט אין רוסלאַנד (הײַנט איז ער אַ פּראָפֿעסאָר אינעם ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט), האַלט, אַז קײן אײגנאַרטיקע ייִדישע אידענטיטעט אין דער קונסט פֿון סאָװעטישער תּקופֿה איז ניטאָ. ייִדישע קינסטלער זײַנען געװען אינטערנאַציאָנאַליסטן אין זײער עסטעטישן און פּאָליטישן װעלטבאַנעם, און דערפֿאַר האָבן זײ זיך גוט צוגעפּאַסט צו דער קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע. 

אַ בולטער בײַשפּיל פֿון אַזאַ קער פֿון אַ נאַציאָנאַלער אָריענטאַציע צו אַבסטראַקטן אינטערנאַציאָנאַליזם איז געװען דער נצחון פֿון קאַזימיר מאַלעװיטש אין זײַן קאַמף קעגן שאַגאַל אין דער װיטעבסקער קוסנטשול אין 1920. דער ייִדישער אַספּעקט האָט ניט געשפּילט דאָ קײן שום ראָלע: „דאָס רובֿ תּלמידים זײַנען געװען ייִדן, אָבער זײ האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿון זײער ייִדישן לערער שאַגאַל און אונטערגעשטיצט מאַלעװיטשן, אַ פּאָליאַק.‟ דערמיט האָבן זײ זיך אָפּגעקערט פֿון דער סענטימענטאַלער עסטעטיק פֿונעם שטעטל לטובֿת דער „אוראַלטער ייִדישער טראַדיציע‟, װאָס איז געװען קעגן װאָסער ניט איז בילדערישע געשטאַלטן. מאַלעװיטש איז געװען זײער „משה רבינו‟, װאָס האָט זײ אַרױסגעפֿירט פֿונעם „מצריים‟ פֿונעם שטעטל, און האָט זײ דערװיזן די צוקונפֿט אינעם סימבאָל פֿונעם „שװאַרצן קװאַדראַט‟.

דער מצבֿ האָט זיך געביטן נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה, און בפֿרט נאָך דעם אױפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל. איצט האָט די סאָװעטישע מאַכט באַטראַכט די ייִדן װי אַ געפֿערלעכן עלעמענט, און שפּעטער, מיטן אָנהײב פֿון דער עמיגראַציע, װי אַ פּאָטענציעלן עמיגראַנט. סאָװעטישע ייִדן, האַלט גרױס, האָבן ניט געהאַט קײן פּראָבלעם מיט זײער נאַציאָנאַלער אידענטיטעט: „פֿאַר זײ איז די דאָזיקע פּראָבלעם געלײזט געװאָרן פֿון דער מלוכה, װאָס האָט זײ אידענטיפֿיצירט לױט דעם פּאַספּאָרט.‟ די ייִדישע קינסטלער האָבן זיך געפֿילט אױפֿן ראַנד פֿון דער סאָװעטישער געזעלשאַפֿט, און דאָס האָט זײ דערמעגלעכט צו באַטראַכטן דאָס לעבן פֿון דער זײַט. דװקא די דאָזיקע אָפּפֿרעמדונג האָט זײ געפֿירט צו אינטערעסאַנטע עקספּערימענטן מיטן סטיל, פֿאָרעם און מעדיום.

אין דער עמיגראַציע, האַלט גרױס, זײַנען די דאָזיקע קינסטלער פֿאַרבליבן געטרײַ די טעמעס און מיטלען, װאָס זײ האָבן אַנטװיקלט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. זײ זײַנען געװאָרן סאָװעטישע קינסטלער אין גלות, און דער באַגריף פֿון גלות איז געװאָרן פּאָפּולער אין דער מאָדערנער קונסט. „אַ מאָל האָבן ייִדן געװאָלט זײַן ענלעך אױף אַנדערע, אָבער איצט איז געקומען די צײַט, װען אַלע אַנדערע װילן זײַן ענלעך אױף ייִדן,‟ פֿאַרסך־הכּלט גרױס.