ס’איז שווער צו פֿאַרשטיין די אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט אָן אַ פּרטימדיקער דיסקוסיע וועגן דער אַמעריקאַנער ספּאָרט־אינדוסטריע. דאָס קינד גייט נאָך אין קינדער־גאָרטן, און זײַנע עלטערן באַשליסן שוין, אַז עס זאָל בלײַבן דאָרט נאָך אַן איבעריק יאָר, כּדי פֿיזיש זײַן גרייט פֿאַר די ספּאָרט־מאַנשאַפֿטן אין די שולן. דאָס משוגעת איז ממשיך אין די קאָלעדזשן, וווּ דער ספּאָרט פֿאַרנעמט אַ צענטראַלע פּאָזיציע. ווען מע גיט ווײַטער אַ קוק אויף די פּראָפֿעסיאָנעלע ספּאָרטן, רעדט זיך עס שוין וועגן אַ ריזיקן געשעפֿט פֿון ביליאָנען דאָלאַרן.
עס זענען דאָ אינטעלעקטואַלן, וואָס מאַכן אַוועק מיט דער האַנט די גאַנצע זאַך, און זעען עס ווי אַ מין „צעטראָגנקייט‟ פֿאַר די מאַסן. עפּעס אַזוינס, וואָס פֿאַררעדט עמך די ציינער, זיי זאָלן זיך נישט קאָנצענטרירן אויף זייערע אמתע סאָציאַלע באַדערפֿענישן און פּאָליטישע פּראָבלעמען. אין אַ געוויסן זין זענען די דאָזיקע דענקער גערעכט — ס’איז אַ סאָרט ביטול־תּורה. אָבער פֿון אַן אַנדער קוקווינקל, באַקומט זיך, אַז אויב אַזוי פֿיל מענטשן גיבן אָפּ אַזוי פֿיל צײַט, רעסורסן און ענערגיע עפּעס אַ זאַך, איז נאָך מער אינטערעסאַנט זיך צו פֿאַרטיפֿן אין אָט דעם פֿענאָמען; דאָס הייסט, באַטראַכטן לויט וועלכע כּללים, און למאַי מענטשן זענען אַזוי פֿאַרליבט אין ספּאָרט בכלל.
דער אַרײַנפֿיר קומט, כּדי צו דערקלערן און צו „כּשרן‟ די ווײַטערדיקע טעמע: ווער איז הײַנט דער סאַמע באַרימטער ישׂראלי אין אַמעריקע? די שיינע מאָדעל בר רפֿאלי? דער גרויסער גבֿיר חיים סאַבאַן? אָדער דער אַמבאַסאַדאָר רן דערמער מיט זײַנע שטיק אַרום דעם „ווײַסן הויז‟?
לא מיט אַן אַלף! דער סאַמע באַרימטער ישׂראלי אין אַמעריקע די טעג הייסט דייוויד בלאַט, אַ קוישבאָל־טרענירער אין דער נאַציאָנאַלער קוישבאָל־אַסאָסיאַציע, באַקאַנט לויט איר ראָשי־תּיבֿות ווי דער NBA. בלאַט, ווי מע כאַפּט שוין פֿון דעם „דייוויד‟, איז בעצם אַ געבוירענער אַמעריקאַנער פֿון מאַסעטשוסעטס, וואָס אין קאָלעדזש איז ער געגאַנגען שטודירן אין פּרינסטאָן. דאָרט האָט ער אי שטודירט ליטעראַטור, בפֿרט די ווערק פֿונעם ייִדישן אַמעריקאַנער מחבר בערנאַרד מאַלאַמוד, וואָס האָט אָנגעשריבן ראָמאַנען וועגן דער ספּאָרט־וועלט, אי געשפּילט קוישבאָל פֿאַר דער אָרטיקער קאָלעדזש־מאַנשאַפֿט. אין 1981 האָט ער אָנטייל גענומען אין די „מכּביה‟־שפּילן אין ישׂראל און איז דאָרט שוין געבליבן און געוואָרן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער קוישבאָל־שפּילער.
נאָך דעם וואָס זײַן שפּיל־קאַריערע האָט זיך געענדיקט אין די 1990ער יאָרן, איז ער עולה־לגדולה געוואָרן ווי אַ קוישבאָל־טרענירער, און האָט געפֿירט פֿאַרשידענע מאַנשאַפֿטן אין ישׂראל און אין אייראָפּע צו די העכסטע מעגלעכע ספּאָרט־דערגרייכונגען, אַרײַנגערעכנט דאָס געווינען דעם בראָנדז־מעדאַל מיט דער רוסישער נאַציאָנאַלער מאַנשאַפֿט אין לאָנדאָן אין 2012. הײַיאָר האָט ער דערגרייכט אַזוינס, וואָס קיין איין ישׂראלי, און דערצו קיין איין אייראָפּעער האָט קיינמאָל נישט דערגרייכט, דהײַנו: צו ווערן דער הויפּט־טרענירער אין NBA, אין דער מאַנשאַפֿט „קליוולענד קאַוואַלירס‟. צו דער דאָזיקער מאַנשאַפֿט פֿון מידוועסט-אַמעריקע זײַנען צוגעקומען אַ מאַסע ישׂראל־חסידים, וואָס פֿאָלגן נאָך אירע מעשׂים אויף יעדן שריט און טריט; אַרײַנגערעכנט דאָס נישט לייגן זיך שלאָפֿן, אָבי צו זען די שפּילן אינמיטן דער ישׂראלדיקער נאַכט.
אָבער די אַמעריקאַנער דערציילן גאָר אַן אַנדער מעשׂה. זיי, פֿון זייער צד, הערן נישט אויף צו פֿרעגן אויף דעם אַמעריקאַנער לשון: „ווער איז דער פֿרײַער, וואָס האָט קיינמאָל אין זײַן לעבן נישט געדינט ווי אַ טרענירער אין אַמעריקע, קומט אַהער און מיינט, אַז ער וועט אונדז ווײַזן ווי צו שפּילן קוישבאָל?! מיר אַליין האָבן דאָך לכתּחילה אויסגעטראַכט די דאָזיקע שפּיל?!‟
די גאַנצע פּרשה זאָגט עדות וועגן אַמעריקע און איר זעלבסט־אימאַזש. דאָ באַקרוינט מען דאָך יעדע אַמעריקאַנער מאַנשאַפֿט, וואָס געווינט די אָרטיקע מײַסטערשאַפֿט, ווי דער „וועלט־מײַסטער‟, נישט ווייניקער. איינער פֿון די גרעסטע חילוקים צווישן ישׂראל און אייראָפּע אין פֿאַרגלײַך מיט אַמעריקע איז דער נידעריקער סטאַטוס פֿון דעם טרענירער אַנטקעגן די שפּילער. בשעת אין ישׂראל און אין אייראָפּע שטייט דער טרענירער אויף אַ קלאָרן אופֿן העכער ווי די שפּילער, און זײַן אויטאָריטעט איז זעלטן ווען מוטל־בספֿק; האָבן אין אַמעריקע די שפּילער, בפֿרט די גרויסע שטערן, וואָס מענטשן איבער דער וועלט קאָנסומירן די כּלערליי פּיטשעווקעס, וועלכע זיי אינדאָרסירן, די קלאָרע אייבערהאַנט.
דאַרף בלאַט זיך פֿאַרנעמען מיט אַזאַ מין שפּילער, ווי לעבראָן דזשיימס, וואָס איז אַ גאַנצע ביזנעס־קאָרפּאָראַציע פֿאַר זיך. בלאַט, נעבעך, באַקומט קדחת וואָס שײַך דעם קרעדיט פֿאַר זייער הצלחה — דאָס באַלאַנגט דאָך נאָר צו דזשיימסן. צוריק גערעדט, אויב די מאַנשאַפֿט וועט נישט געווינען די מײַסטערשאַפֿט, וועט בלאַט זיכער ווערן דאָס כּפּרה־הינדל. אויף דעם זאָגט מען דאָך: דער עושר איז נישט קיין בעל־יושר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.