ירושלים. — בעת דעם קאָנפֿליקט מיט ישׂראל דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, האָט „כאַמאַס‟ בשתּיקה געפּײַניקט און דערהרגעט צענדליקער פּאַלעסטינער שטיצער פֿון „פֿאַטאַך‟, גיט איבער אַ נײַער באַריכט פֿון „אַמנעסטיע אינטערנאַציאָנאַל‟.
אינעם באַריכט שטייט, אַז בעת דעם 50־טאָגיקן קאָנפֿליקט אין יולי און אויגוסט 2014 האָט „כאַמאַס‟, „אויסגעניצט די געלעגנהייט זיך נוקם צו זײַן אין זייערע קעגנער, און דערבײַ אומגעבראַכט, צום ווייניקסטן, 23 פּאַלעסטינער, און געפּײַניקט צענדליקער אַנדערע.
„די אַכזריותדיקע אַקציעס, וואָס אַ טייל פֿון זיי קאָנען באַצייכנט ווערן ווי מלחמה־פֿאַרברעכנס, האָבן געדינט סײַ ווי נקמה־אַקטן, סײַ ווי אַ מיטל צו פֿאַרשפּרייטן פּחד איבערן עזה־פּאַס,‟ האָט דערקלערט פֿיליפּ לוטער, דער דירעקטאָר פֿונעם אָפּטייל פֿון מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע בײַ „אַמנעסטיע אינטערנאַציאָנאַל‟.
די אומלעגאַלע הריגות זענען דורכגעפֿירט געוואָרן בעת אַן אָפּעראַציע, וואָס „כאַמאַס‟ האָט אָנגערופֿן „דערוואָרגענע העלדזער‟. די „כאַמאַס‟־פֿירער האָבן לכתּחילה געזאָגט, אַז די אַקציע איז געווען קעגן יענע פּאַלעסטינער, וואָס האָבן קאָלאַבאָרירט מיט ישׂראל בעת דעם קאָנפֿליקט אין 2014; אָבער „אַמנעסטיע‟ גיט איבער, אַז כאָטש 16 פֿון די פּאַלעסטינער, וואָס „כאַמאַס‟ האָט אומגעבראַכט, זענען שוין געזעסן אין תּפֿיסה נאָך איידער דער קאָנפֿליקט מיט ישׂראל האָט זיך אָנגעהויבן.
„כאַמאַס‟ האָט אויך פֿאַרכאַפּט אַנדערע פּאַלעסטינער אָפּאָנענטן און זיי שטאַרק געפּײַניקט. צום ווייניקסטן, דרײַ פֿון די געפּײַניקטע זענען אומגעקומען אין די הענט פֿון „כאַמאַס‟.
די מענטשנרעכט־אָרגאַניזאַציע האָט גערופֿן סײַ „פֿאַטאַך‟, סײַ די „כאַמאַס‟־רעגירונג, צו פֿאַרזיכערן, אַז די פֿאַלן דאָקומענטירט אינעם באַריכט „זאָלן פּרטימדיק אויסגעפֿאָרשט ווערן דורך אַן אומאָפּהענגיקער קערפּערשאַפֿט, און אויב מע געפֿינט גענוג באַווײַזן קעגן די פֿאַרדעכטיקטע אין די פּײַניקונגען און הריגות, זאָלן זיי געמישפּט ווערן לויט אינטערנאַציאָנאַלע סטאַנדאַרטן פֿון יושר, אָן דער מעגלעכקייט פֿון טויטשטראָף‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.