די מאָסקווער ייִדישע קהילה האָט געפּראַוועט דעם יום־טובֿ שבֿועות. די ערשטע נאַכט פֿונעם יום־טובֿ איז די איינציקע אינעם גאַנצן יאָר, ווען אַלע שילן אין מאָסקווע זענען געווען אָפֿן, און מ׳האָט געקענט הערן רעפֿעראַטן פֿון רבנים און לעקציעס פֿון רביצינס כּמעט די גאַנצע נאַכט.
פֿריִער פֿלעג אויך דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ אָרגאַניזירן אַן אָוונט פֿון לערערײַ מיטן נאָמען „שבֿועות־פֿעסט‟, אָבער הײַיאָר — ניט. אַנשטאָט דעם האָט דער פּראָיעקט געווידמעט זײַן טעטיקייט אַן אַנדער דאַטע, וואָס איז אויך וויכטיק פֿאַר אַ טייל רוסישן ייִדנטום בפֿרט, און פֿאַר דער רוסישער קולטור בכלל — דער 75סטער געבורטסטאָג פֿון איינעם פֿון די באַרימטסטע רוסיש־ייִדישע פּאָעטן, יוסף בראָדסקי. אין פּעטערבורג האָט מען געפּראַוועט זײַן יוביליי אין אַ גרויסן ליטעראַרישן מוזיי, מע האָט צעטיילט סטיפּענדיעס אין זײַן אָנדענק; און דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט דורכגעפֿירט אַ באַגעגעניש „בראָדסקי ווי אַ צייכענער‟. עס איז ברייט געוווּסט, אַז בראָדסקי האָט געקענט און האָט ליב געהאַט צו צייכענען. ער האָט אילוסטרירט זײַנע לידער און געצייכנט קאַריקאַטורן פֿון זײַנע באַקאַנטע, בתוכם באַרימטע שרײַבער און פּאָעטן. דער לעקטאָר יורי לעווינג פֿון האַליפֿאַקס־אוניווערסיטעט האָט דערציילט וועגן בראָדסקיס צייכענונגען ווי אַ מיטל צו פֿאַרשטיין זײַן דיכטונג.
צו די אַנדערע נײַעס. קיין מאָסקווע איז געקומען גיל חובֿבֿ — אַ קולינאַר, זשורנאַליסט און רעסטאָראַן־קריטיקער. ער איז אויפֿגעטראָטן פֿאַר די סטודענטן פֿונעם רוסלענדישן מלוכישן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט און דערציילט וועגן די ישׂראלדיקע מאכלים און וועגן זײַן אַלטן זיידן. גיל חובֿבֿ איז אַן אוראייניקל פֿון אליעזר בן־יהודה. דאָס באַגעגעניש איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם אוניווערסיטעט בשותּפֿות מיטן ישׂראלדיקן קולטור־צענטער. דער גרויסער זאַל איז געווען געפּאַקט.
אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי האָבן זיך געשלאָסן די צוויי פּאָפּולערסטע אויסשטעלונגען פֿון דעם פֿרילינג אין מאָסקווע: „אַלפֿרעד אײַזענשטאַדט‟ און „ייִדישע קינסטלער אין דעם רוסישן אַוואַנגאַרד‟. דאָנערשטיק דעם 21סטן מײַ איז אָרגאַניזירט געוואָרן אַ „רונדער טיש‟ וועגן דעם מאָסקווער קאָנצעפּטואַליזם, אין וועלכן עס האָבן אָנטייל גענומען אי קונסט־פֿאָרשער, אי קינסטלער: יוסף באַקשטיין, אַנדריי יעראָפֿעיעוו, יורי אַלבערט און אַנדערע. די רייד איז געגאַנגען וועגן די אידעעס און דער טעכניק פֿונעם קאָנצעפּטואַליזם, וועגן דעם קאָנטעקסט פֿון די 1970ער יאָרן, ווען די באַוועגונג איז אַנטשטאַנען, וועגן אירע מערבֿדיקע פּאַראַלעלן און איר השפּעה אויף דער מאָדערנער רוסישער קונסט.
אינעם ייִדישן מוזיי איז דינסטיק, דעם 26סטן מײַ, פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש, געווידמעט חנה אַרענדט, דער גרעסטער סאָציאַלער פֿילאָסאָפֿין פֿון דעם 20סטן י״ה. דעם רעפֿעראַט וועגן דעם באַגריף פֿון טעטיקייט און דער פּראָבלעם פֿון פֿאַרענטווערטלעכקייט אין איר פֿילאָסאָפֿיע האָט געהאַלטן אַלכּסנדר פֿיליפּאָוו, סאָציאָלאָג און פֿילאָסאָף. ער האָט גערעדט וועגן אַרענדטס פֿילאָסאָפֿישער פּובליציסטיק, וועגן איר באַזיניקן דעם טאָטאַליטאַריזם און דעם מישפּט איבער אַדאָלף אַײַכמאַן אין ישׂראל; פֿון דאָרטן האָט זיך גענומען די אידעע פֿון פֿאַרענטפֿערלעכקייט ווי אַ רעכטלעכע קאַטעגאָריע און וועגן דער קאָלעקטיווער פֿאַרענטפֿערטלעכקייט פֿון דער מלוכה.
און די לעצטע ידיעה איז אויך פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן מוזיי, וווּ ס׳איז פֿאָרגעקומען אַ זיצונג פֿון דעם אויפֿזיכט־ראַט. דער פֿאָרזיצער איז דער רוסישער אָליגאַרך וויקטאָר וועקסעלבערג; צווישן די מיטגלידער פֿונעם ראַט זענען דאָ אי רוסישע נגידים פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם, אי די פֿאַרטרעטער פֿון רעליגיעס: דער הויפּט־רבֿ פֿון רוסישן חב״ד, ר׳ בערל לאַזאַר, דער הויפּט־מופֿטי פֿון רוסלאַנד, ראַוויל גײַנוטדין, און דער פּראַוואָסלאַוונער מיטראָפּאָליט, יוּווענאַלי. די רייד זענען געגאַנגען וועגן די דערגרייכונגען און די פּערספּעקטיוון פֿונעם מוזיי. דאָס יאָר האָט דער מוזיי באַקומען עטלעכע פּרעמיעס און באַלוינונגען, עס האָבן אים באַזוכט 170 טויזנט מענטשן שוין דאָס יאָר, עס זענען דורכגעפֿירט געוואָרן עטלעכע וויכטיקע אויפֿטוען, און, זעט אויס, אַז די באַציִונגען צווישן חב״ד און דער רוסלעדנישער מלוכה זענען ווידער וואַרעם און נאָענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.