די ייִדישע קהילה אין דער צפֿון־פּאָרטוגאַלישער שטאָט פּאָרטאָ האָט געעפֿנט אַן אייגענעם מוזיי דעם 24סטן מײַ — דעם ערשטן יאָרטאָג נאָך דער טראַגישער דאַטע, ווען פֿיר מענטשן זענען דערהרגעט געוואָרן בעת אַ טעראָריסטישן אַטאַק אויפֿן ייִדישן מוזיי אין בעלגיע.
מיכאל ראָטוועל, דער קהילה־וואָרטזאָגער, האָט דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז דער מוזיי, וואָס באַשטייט פֿון דרײַ צימערן, דערציילט וועגן דער 900־יאָריקער ייִדישער געשיכטע פֿונעם ראַיאָן. די עפֿענונג־צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען אין אַפּריל, אָבער ערשט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, זינט דעם דערמאָנטן טאָג, האָט מען אָנגעהויבן אַרײַנלאָזן אַהין דעם ברייטן עולם.
דער מוזיי געפֿינט זיך אויפֿן ערשטן שטאָק פֿון דער היסטאָרישער שיל „כּדורי‟. צווישן די עקספּאָנאַטן זענען אויסגעשטעלט געוואָרן אַ קאָפּיע פֿון דער אויפֿשריפֿט אויפֿן פֿונדאַמענט־שטיין אונטער דער אַלטער שיל, וועלכע האָט זיך געעפֿנט אין פּאָרטאָ אינעם יאָר 1380, און אַ רשימה פֿון 842 אויסגעפּײַניקטע קרבנות פֿון דער פּאָרטוגאַלישער קאַטוילישער אינקוויזיציע, וועלכע האָט כּסדר גערודפֿט די ייִדן אין שפּאַניע און פּאָרטוגאַל במשך פֿונעם 15טן און 16טן יאָרהונדערט. איינער פֿון די צימערן אינעם מוזיי איז דעקאָרירט געוואָרן ווי אַ טראַדיציאָנעלע ספֿרדישע ישיבֿה.
ראָטוועל האָט איבערגעגעבן, אַז די דאָזיקע רשימה, צונויפֿגעשטעלט נישט לאַנג צוריק, אַ דאַנק דער אַנטפּלעקונג פֿונעם נאַציאָנאַלן אַרכיוו, איז פֿאַרענפֿטלעכט געוואָרן צום ערשטן מאָל ווי אַ מוזיי־עקספּאָנאַט. לויט אַ באַקאַנטער לעגענדע, איז די ליסטע פֿון ייִדישע אינקוויזיציע־קרבנות געווען אַמאָל אויסגעקריצט אויף דער וואַנט פֿון אַן אָרטיקער שיל; קיינער ווייסט נישט אָבער, צי דאָס איז טאַקע אמת און וווּ יענע שיל איז געשטאַנען.
במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן צוויי ביכער וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון פּאָרטאָ. דער וואָרטזאָגער האָט דערציילט, אַז אין דער שיל „כּדורי‟ האָט זיך שוין געפֿונען אַן אויסשטעלונג פֿון היסטאָרישע מאַטעריאַלן וועגן דער הײַנטצײַטיקער תּקופֿה. די קהילה האָט אויסגענוצט די זעלבע פֿאָרש־מאַטעריאַלן, ווי די מחברים פֿון די ביכער, און האָט באַשלאָסן צו פֿאַרברייטערן די אויסשטעלונג און זי צו פֿאַרוואַנדלען אין אַ גאַנצן מוזיי.
די באַזוכער פֿונעם מוזיי קאָנען זיך באַקענען, אַחוץ אַנדערע אינטערעסאַנטע געשיכטעס און חפֿצים, מיט דער ביאָגראַפֿיע פֿונעם מיליטערישן קאַפּיטאַן אַרטור באַראָס באַסטאָ. אין אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ קירובֿ־קאַמפּאַניע לטובֿת די אייניקלעך פֿון די אַנוסים — די ייִדן, וועלכע האָבן געמוזט זיך שמדן צוליב די רדיפֿות מצד דער קריסטלעכער קירך. די פּאָרטוגאַלישע מלוכה איז נישט געווען צופֿרידן, אַז אַרום דעם דאָזיקן אָפֿיציר האָט זיך געשאַפֿן אַ גאַנצער קרײַז בעת־תּשובֿות; פֿאַר זײַן טעטיקייט, איז באַסטאָס רעפּוטאַציע קאַליע געוואָרן און מע האָט אים באַזײַטיקט פֿון דער אַרמיי.
ראָטוועל האָט געזאָגט, אַז כּדי אָפּצושטאַטן אַ וויזיט אינעם נײַעם מוזיי, מוז מען אָפּשמועסן פֿון פֿריִער מיט דער אַדמיניסטראַציע. יעדער באַזוכער דאַרף באַצאָלן בערך 6 דאָלאַר. די פֿאַראינטערעסירטע וועלן אויך קאָנען באַזוכן מיט אַן עקסקורסיע־פֿירער די שיל, וווּ דער מוזיי געפֿינט זיך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.