אין דער הקדמה צום ספֿר־הזוהר װערט דערצײלט, אַז דוד המלך איז געקומען אױף דער װעלט, ניט געקוקט אויף דעם גזר־דין־של־מעלה, געבױרן צו װערן װי אַ נפֿלע און צו שטאַרבן דרײַ שעה נאָך זײַן געבורט. נאָר אַ דאַנק דער װײַטזיכטיקײט און הײסע בקשות פֿון אָדם־הראשון, האָט דער אײבערשטער אָפּגעשניטן 70 יאָר פֿון אָדם־הראשונס לעבן און צוגעטײלט זײ דוד המלכן.
פּונקט אַזעלכע, „פֿרעמדע‟ 70 יאָר האָט אָפּגעלעבט אױף דער װעלט מײַן טאַטע נתן, אָבער ניט דערלעבט אָנטײל צו נעמען אין די פֿײַערונגען לכּבֿוד 70 יאָר נאָכן נצחון איבערן נאַצישן דײַטשלאַנד און זײַנע פֿרײַנד. אַ שאָד, װײַל דער נצחון־טאָג איז געװען דער אײנציקער יום־טובֿ, װעלכן דער טאַטע, אַ פּשוטער סאָלדאַט, אַ זעמדל אין יענעם שרעקלעכן קריג, האָט געפּראַװעט יעדעס יאָר. ניט נאָר ער אַלײן, אַפֿילו זײַן פּאָרטרעט איז ניט געװען צװישן די מיליאָנען פּאָרטרעטן פֿונעם „אומשטערבלעכן פּאָלק‟, װעלכער האָט פֿאַרפֿלײצט די גאַסן פֿון 120 שטעט איבער גאָר דער װעלט. מע דאַרף דאָך האָבן אַ באַזונדער מזל און װיסן אַװוּ געבױרן צו װערן…
די רױמער פֿלעגן זאָגן: ubi bene, ibi patria, דאָרט, װוּ (דיר) איז װױל און גוט, דאָרט איז דאָס (דײַן) הײמלאַנד. אָבער דער מקור פֿונעם װערטל געפֿינט זיך אין דער קאָמעדיע Plutus (עשרות) פֿונעם גריכישן דראַמאַטורג אַריסטאָפֿאַן (385-445 פֿאַר דער נײַער צײַטרעכענונג): „הײמלאַנד איז יעדעס לאַנד, װוּ דעם מענטש איז װױל און גוט‟. אַ לעבן אױף אַריסטאָפֿאַנען און אױף זײַן נבֿיאישן קאָפּ. עס איז איבעריק צו זאָגן, אַז דער־אָ קאָסמאָפּאָליטישער פּאָסטולאַט איז װידער געװאָרן זײער אַקטועל, אָבער די פּראַקטישע פֿאַרװירקלעכונג פֿון דעם „חכמעלע‟ קומט דאָס מאָל פֿאָר מיט אַ שטאַרקן קאָפּװײטיק בײַ די אַנטװיקלטע לענדער.
אַװדאי, װער װעט זיך װעטן, אַז „האָב־און־גוטס‟, װי אױך „גוט און װױל‟ האָט נאָך קײנעם ניט געשאַט, און צו העלפֿן די פֿאַריאָגטע פּליטים איז אַ הײליקע זאַך. אָבער, עס פֿרעגט זיך אַ קשיא: װער װעט קעמפֿן דאָרטן, בײַ די פּליטים אין דער הײם, קעגן די בלוטיקע אַכזריותדיקע רעזשימען? דער „פֿעטערשי סעם‟ איז דאָך ניט קײן גומענער, און ער קען ניט „טאַנצן אױף צענדליקער חתונות‟. יענע צײַטן, װען דער „רוסישער בער‟ פֿלעגט זיך שטופּן אין אַלע מעגלעכע קאָנפֿליקטן, אַבי אָנצוזאָליען די „פֿאַרשאָלטענע קאַפּיטאַליסטן‟, יענע צײַטן זײַנען פֿאַרבײַ. װער ס’האָט געװאָלט און געקענט אַװעקפֿאָרן, איז שױן אַװעקגעפֿאָרן, און די, װאָס זײַנען געבליבן אין רוסלאַנד, װעלן ממשיך זײַן מיט חרובֿ מאַכן דאָס, װאָס איז נאָך געבליבן.
ניט צופֿעליק איז דאָך פּאָפּולער געװאָרן אַ דעה, אַז די טױזנט־יאָריקע געשיכטע פֿון רוסלאַנד קען מען אַרײַנקװעטשן אין אַ קורצן זאַץ: „… און נאָך דעם איז געװאָרן נאָך ערגער.‟ אָבער דער נאַציאָנאַלער גײַסט, די היפּערטראָפֿירטע געטרײַשאַפֿט דעם הײמלאַנד… אַ װוּנדער־שבװוּנדער… עס דאַכט זיך, אַז די צײַט איז ניט בכּוח צו ענדערן די אַזױ גערופֿענע „רעטענישפֿולע רוסישע נשמה‟. און דאָס רעטעניש איז — װיפֿל צײַט איז אַ גרױס פֿאָלק מסוגל לײַדן, כּדי צו קומען צו אַ פּשוטער מסקנא, אַז די פֿאָרמל פֿון גליק איז ניט, „װאָס ערגער איז אַלץ בעסער‟, נאָר „… און נאָך דעם איז געװאָרן נאָך בעסער‟.
װײַזט אױס, אַז מיר, דער נאָכמלחמהדיקער דור, װעלן זיך קײן מאָל ניט באַפֿרײַען פֿון דער שרעקלעכער לאַסט פֿון יענעם װעלטקריג. גענאַדי עסטרײַך האָט שױן געשריבן װעגן אַן אײַנדרוק פֿון קאַרנאַװאַלישקײט בעת די פֿײַערונגען פֿונעם 70סטן נצחון־טאָג איבערן נאַצישן דײַטשלאַנד. װי פֿאַרדריסלעך עס זאָל ניט קלינגען, נאָר יעדער מיליטערישער פּאַראַד אין יעדן לאַנד זעט אױס װי אַ קאַרנאַװאַליזירטע בראַװאַדע. און עס איז גאָר ניט װיכטיק דער פֿאַסאָן פֿון די מונדירן, די צאָל ראַקעטן און טאַנקען, װײַל דאָס קלאַצן פֿון אײַזן איז װײַט פֿונעם סטרונעס־מורמל. אַזױ איז דאָס געװען און אַזױ, װײַזט עס אױס, װעט בלײַבן. די קאַרנאַװאַלן אין ריאָ־דע־זשאַנײראָ און אין װענעציע זעען אױס אַ סך פֿרײלעכער װי די „מיליטערישע קאַרנאַװאַלן‟, אָבער דער נצחון־טאָג איבערן נאַצישן דײַטשלאַנד און זײַנע פֿרײַנד (און עס מאַכט ניט אױס, דעם אַכטן אָדער דעם נײַנטן מײַ) מוז בלײַבן אױף אײביק װי אַ סימבאָל פֿון די גװאַלדיקע קרבנות, װעלכע די אַליִיִרטע לענדער האָבן געבראַכט בעתן גורלותדיקן קאַמף מיט די מענטשפֿרעסערס.
דער גאַנצער פּראָפּאַגאַנדיסטישער טאַראַראַם אַרום די פֿײַערונגען פֿונעם נצחון־טאָג אין רוסלאַנד האָט צעשפּאָלטן די װעלט אױף צװײ אומפּראָפּאָרציאָנעלע לאַגערן, און פֿון 10טן מײַ אָן איז געװאָרן קלאָר, אַז צו געפֿינען אַ קאָמפּראָמיס אין דער ממש פּאַטאָװער סיטואַציע װעט זײַן ניט גרינגער װי מיט זיבעציק יאָר צוריק; און צו קומען צו עפּעס אַ פּשרה װעט דױערן אַ סך צײַט. מע קען זײַן זיכער, אַז די פּאָליטיקער װעלן, סוף־כּל־סוף, געפֿינען אַן אױסװעג פֿון דער אױפֿרײַס־סיטואַציע, אָבער דער הײליקער אָנדענק פֿון די מיליאָנען קרבנות פֿון יענעם אוממענטשלעכן קריג איז טאַקע װי באַשמוציקט געװאָרן; און זײ, די אומגעקומענע סאָלדאַטן און ציװילע בירגער, שרײַען צו אונדז פֿון יענער װעלט: מיר זײַנען אומגעקומען, כּדי צו פֿאַרטײדיקן אײַך און אײַערע קינדס־קינדער פֿון דער נאַצישער מגיפֿה.
בײַ זיבעצן יאָר איז מײַן טאַטע נתן, עליו־השלום, אַװעק אױפֿן פֿראָנט, פֿרײַװיליק און אָן באַראַטן זיך מיט דער מאַמע. דער טאַטע זײַנער, שלמה, דער נאַטשאַלניק פֿונעם עװאַקויִרונג־צוג, װעלכער האָט געפֿירט אױף מיזרח די ציװילע בירגער פֿון קיִעװ, איז אומגעקומען בעת אַ באָמבאַרדירונג. דער געליבטער ברודער משה איז אומגעקומען בעת די שלאַכטן אין סטאַלינגראַד; און דער טאַטע נתן איז אַװעק אױפֿן פֿראָנט. און ניט װײַל ער איז געװען אַ פֿאַרברענטער פּאַטריאָט, פּשוט די מלחמה האָט אים פֿאָרגעלײגט אױסקלײַבן װי אַזױ צו שטאַרבן — פֿון הונגער אָדער אין אַ שלאַכט.
איך מײן, אַז עס איז איבעריק צו זאָגן, אַז פֿון דעמאָלט אָן און ביזן לעצטן טאָג האָט מײַן טאַטע ניט אױפֿגעהערט צו קעמפֿן — פֿון אָנהײב מיט די נאַציס, און נאָך דעם, ביזן לעצטן אָטעם — מיט די װוּנדן, און דער עיקר, מיט דער מלחמה־טראַוומע. אונדז, די קינדער, האָבן די עלטערן געהיט פֿון זײערע שרעקלעכע מלחמה־זכרונות, אָבער די מלחמה אַלײן האָט אומברחמנותדיק דערמאָנט אונדז װער זי איז. איך געדענק יענע זומערנאַכט אין יאָר 1961, װען די איבערגעשראָקענע מאַמע האָט אױפֿגעװעקט די שטוב: „דער טאַטע ברענט און רעדט פֿון היץ… ער האָט אײן און פֿערציק גראַד‟. גאַנץ קאַיאָר האָט דער דאָקטער אַרױסגעצױגן פֿון טאַטנס האַלדז אַ פֿאַרזשאַװערטן שפּליטער פֿון אַ גראַנאַטע, װעלכן ער האָט געקראָגן מיט פֿופֿצן יאָר פֿריִער, בעת די שלאַכטן אין דרעזדען. די דאָקטױרים האָבן געראַטעװעט דעם טאַטנס לעבן, אָבער פֿון דעמאָלט אָן האָט ער אָנגעהױבן שטאַרבן, פּאַמעלעך און מיט פּײַן.
די זעלבע מלחמה־טראַוומע האָב איך טאָג־טעגלעך געזען און געפֿילט בײַ מײַן ליבן לערער און עלטערן פֿרײַנד, דעם מלחמה־העלד און גרױסן ייִדישן שרײַבער מישע לעװ; אַפֿילו מיט זעכציק יאָר נאָך דער מלחמה האָט זי אים געצױגן צו זיך און ניט געלאָזט צו רו ביזן לעצטן אָטעם.
די פּראָפּאַגאַנדע־מלחמות דױערן ניט לאַנג, און די „העלדן‟ פֿון אַזעלכע מלחמות רופֿן אַרױס אַ געפֿיל פֿון אַן עקלדיק רחמנות, נאָר יענע פּשוטע סאָלדאַטן, די קעמפֿער קעגן דעם נאַצישן דײַטשלאַנד און זײַנע סאַטעליטן. יענע סאָלדאַטן זײַנען די אמתע העלדן, און כּל־זמן זײ לעבן אין אונדזער דאַנקבאַרן זכּרון, בלײַבן זײ אַ טײל פֿון יענעם אומשטערבלעכן פּאָלק, װעלכער הערט ניט אױף צו קעמפֿן פֿאַר אַ בעסערער װעלט, װוּ יעדער אײנער װעט קענען זאָגן: די גאַנצע װעלט איז מײַן הײמלאַנד, װײַל אומעטום איז מיר װױל און גוט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.